חורבן־דענקמעלער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד

Jewish Holocaust Memorials in the Soviet Union

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 21, 2019.
אַ דענקמאָל אין רומבולער וואַלד לעבן ריגע, לעטלאַנד
Wikimedia
אַ דענקמאָל אין רומבולער וואַלד לעבן ריגע, לעטלאַנד

מען קאָן צו מאָל טרעפֿן אַ מײנונג, אַז די סאָװעטישע מאַכט האָט ניט דערלויבט ייִדן צו בױען דענקמעלער לזכּרון די קרבנות פֿונעם חורבן. און אױב מען האָט טאַקע יאָ דערלויבט אַזאַ מאָמומענט, האָט מען ניט דערלאָזט דערמאָנען, אַז די אומגעקומענע זײַנען געװען ייִדן. אַנשטאָט דעם האָט מען געמוזט זאָגן „סאָװעטישע ציװילע בירגער‟. אין דער אמתן, װי עס דערװײַזט ד”ר אַרקאַדי זעלצער פֿון „יד־ושם‟, איז דער מצבֿ געװען אַ סך מער קאָמפּליצירט. זײַן נײַע פֿאָרשונג דערצײלט די געשפּאַנטע און דראַמאַטישע געשיכטע פֿונעם געראַנגל צװישן ייִדן און דער סאָװעטישער מאַכט איבערן אָפּהיטן דעם אָנדענק נאָך זײערע אומגעקומען קרובֿים, חבֿרים און שכנים. זײַן בוך מאָלט אַ בילד פֿון סאָװעטישן ייִדנטום, װאָס איז װײַט פֿונעם מערבֿדיקן סטערעאָטיפּ פֿון „ייִדן פֿון שװײַגן‟.

זעלצער האָט אַנטדעקט, אַז אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד זײַנען געװען העכער װי זיבן הונדערט מאָנומענטן, װאָס האָבן אַזױ אָדער אַנדערש אָפּגעמערקט דעם ייִדישן חורבן. ניט אַלע פֿון זײ טראָגן בפֿירושע סימנים פֿון ייִדישקײט, אַזעלכע װי אױפֿשריפֿטן אױף ייִדיש אָדער העברעיִש, מגן־דודן, אָדער סתּם דאָס װאָרט „ייִד‟. די דאָזיקע סימנים זײַנען צו מאָל אָפּגעמעקט געװאָרן, און צו מאָל װידער אַרײַנגעשטעלט געוואָרן. זעלצער רעכענט פֿאַר „ייִדישע‟ יענע מאָנומענטן, װאָס זײַנען געשאַפֿן געװאָרן לױט דער איניציאַטיװ פֿון ייִדן. צו באַקומען אַ דערלױבעניש אױף אַזאַ דענקמאָל איז קײן מאָל ניט געװען פּשוט, אָבער אין אַ סך פֿאַלן זײַנען ייִדן טאַקע מצליח געװען, ניצנדיק כּלערלײ מיטלען, דער עיקר — פּערזענלעכע פֿאַרבינדונגען מיט דער אָרטיקער מאַכט. אין אײניקע פֿאַלן זײַנען די אָרטיקע אַדמיניסטראַטאָרן טאַקע געווען גרײט צו העלפֿן, בפֿרט װען מען האָט ניט אַרײַנגעמישט די העכערע אינסטאַנצן אין קיִעװ, מינסק אָדער מאָסקװע. אָפֿט מאָל האָט מען געדאַרפֿט קומען צו אַ פּשרה און ניט געמאַכט בולט דעם ייִדישן מהות פֿונעם דענקמאָל.

אַזױ אָדער אַנדערש, שאַצט זעלצער אָפּ, האָבן זיך עטלעכע צענדליקער טױזנטער סאָװעטישע ייִדן באַטײליקט אין די אונטערנעמונגען צו פֿאַראײביקן דעם אָנדענק פֿון די חורבן־קרבנות. ער קומט צום אױספֿיר, אַז דאָס איז געװען די שטאַרקסטע און מאַסיווסטע עפֿנטלעכע מאַניפֿעסטאַציע פֿון ייִדישקײט אין דער סאָװעטישער תּקופֿה. לרובֿ זײַנען די דאָזיקע אַקטיװיסטן געװען פּשוטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, װאָס האָבן זיך ניצול געװאָרן פֿונעם חורבן. נאָך דער מלחמה האָבן זײ יעדעס יאָר באַזוכט זײערע הײמשטעט און -שטעטלעך און אָרגאַניזירט הזכּרות פֿאַר זײערע אומגעקומענע לאַנדסלײַט, געװײנטלעך אַרום דעם יאָרטאָג פֿון דער מאַסן־צעשיסונג. אױף די פּריװאַטע פֿאָטאָס פֿון יענע זאַמלונגען זעט מען צענדליקער מענטשן, עלטערע און ייִנגערע, װאָס פֿלעגן קומען יעדעס יאָר צו פּראַװען דעם יזכּור נאָך די אומגעבראַכטע ייִדן. אַ סך האָבן געזאַמלט געלט און באַשטעלט אַ מאָנומענט, װאָס מען האָט אױפֿגעשטעלט אָדער אױפֿן סאַמע אָרט פֿון דער שחיטה, אָדער אױפֿן אָרטיקן בית־עולם.

די אַלגעמײנע סאָװעטישע פּאָליטיק לגבי אָפּמערקן דעם אָנדענק פֿון די קרבנות פֿונעם חורבן האָט זיך געביטן מיט דער צײַט. באַלד נאָך דער מלחמה, אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס שליטה ביז 1953, האָט די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע ניט באַטאָנט דעם פֿאַרנעם פֿון די מענטשלעכע לײַדן און פֿאַרלוסטן. מען האָט געפֿײַערט דעם נצחון און די גּבֿורה פֿונעם סאָװעטישן פֿאָלק, ניט באַװײנט די טױטע. פֿיר מאָל האָט מען אַפֿילו בכּיװן פֿאַרמינערט די אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק פֿון אומגעקומענע סאָװעטישע בירגער. שפּעטער, אין די 1970ער האָט מען גענומען בױען ריזיקע מלהמה־מאָנומענטן, װאָס האָבן אָפּגעמערקט דעם סימבאָלישן כּלל־קרבן פֿונעם סאָװעטישן פֿאָלק. קײן ספּעציעל אָרט פֿאַר ייִדן האָבן די דאָזיקע מאָנומענטן ניט געהאַט.

װי װײַט איז די דאָזיקע סאָװעטישע זכּרון־פּאָליטיק געװען אַנטיסעמיטיש? אװדאי האָט אַנטיסעמיטיזם געשפּילט אַ היפּשע ראָלע אין אַ סך פֿאַלן, װען די מאַכט האָט בפֿירוש ניט דערלױבט ייִדישע סימנים אױף די דענקמעלער. אָבער דערצו דאַרף מען נעמען אין באַטראַכט נאָך אַ סיבה. היות װי דער הױפּט־שׂונא פֿון דער נאַציסטישער פּראָפּאַגאַנדע איז געװען דער „זשידאָ־באָלשעװיזם‟, האָט די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע דװקא ניט געװאָלט ספּעציעל דערמאָנען די ייִדן. אַנדערש װאָלט זי בעל־כּרחו באַשטעטיקט דעם נאַציסטישן טעזיס װעגן דער קרובֿהשאַפֿט צװישן ייִדן און קאָמוניזם. דאָס װאָלט געשטערט בײַם מאָביליזירן דאָס גאַנצע סאָװעטישע פֿאָלק פֿאַרן קאַמף קעגן דײַטשלאַנד. אַן ענלעכע פּאָליטיק איז געװען אין פֿראַנקרײַך, װוּ דער װידערשטאַנד האָט אױך ניט געװאָלט אַרויסהייבן די ייִדישע קרבנות צװישן דעם אַלגעמײנעם פֿראַנצױזישן פֿאָלק.

דאָס האָט געשאַפֿן אַ מין דיסאָנאַנץ פֿאַר סאָװעטישע ייִדן. פֿון אײן זײַט זײַנען זײ געװען דאַנקבאַר דער רױטער אַרמײ, װאָס האָט זײ געראַטעװעט. פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן זײ טאַקע געװאָלט אָפּמערקן זײער אײגענע טראַגעדיע, און בפֿרט אָפּצוהיטן דעם אָנדענק פֿון זײערע אײגענע. דאָס האָט גורם געװען אַ פּשרה צװישן ייִדישקײט מיט סאָװעטישקײט, װי מען זעט, למשל, אױף דעם דענקמאָל אין מינסק: „אַ ליכטיקער אָנדענק אױף אײניקע יאָרן די פֿינף טױזנט ייִדן־קדושים װאָס זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן דורך די הענט פֿון די בלוטיקע שׂונאים פֿון דער מענטשהײט — די פֿאַשיסטיש־דײַטשישע מערדער תּליונים, דעם 14 אָדר 1942‟. די געשיכטע פֿון די באַמיִונגען פֿון סאָװעטישע ייִדן אָפּצוהיטן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן, װאָס װערט דערצײלט און אַנאַליזירט אין זעלצערס בוך, איז אַלײן געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דער קאַלטער מלחמה. די סאָװעטן האָבן ניט געלאָזט קײן ספּעציעל אָרט פֿאַרן ייִדישן חורבן אין דער העראָיִשער געשיכטע פֿון סאָװעטישער גבֿורה, בעת אין מערבֿ האָט די געשיכטע פֿון ייִדישער עפֿנטלעכער אַקטיװיטעט ניט געפּאַסט צו דעם סטערעאָטיפּ פֿון די דערשטיקטע „ייִדן פֿון שװײַגן‟.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading