דער גרויסער פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר, לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי ז׳׳ל, וואָס איז געשטאָרבן צו 100 יאָר אין קראָקע, איז געווען אַ פֿאָטאָגענישע פּערזענלעכקייט. ווי אַ באַגלייטונג צו דזשאָרדין קוציקס פּראָפֿיל פֿון אים שטעלן מיר פֿאָר אַ סעריע אויסצוגן פֿון ווידעאָס וועגן דעם „לעצטן קלעזמער פֿון גאַליציע.‟
„ס׳איז נישטאָ קיין פּראָפֿעסאָר אין דער וועלט וואָס קען דיר אויסלערנען זײַן אַ קלעזמער. אַ קלעזמער מוז געבוירן ווערן!‟
כאָטש לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי האָט שטאַרק געהאַלטן, אַז כּדי צו זײַן אַן „עכטער‟ קלעזמער מוז מען געבוירן ווערן בײַ אַ משפּחה קלעזמאָרים, האָט ער אויך געשטרעבט צו לערנען יונגע מוזיקער אין פּוילן ייִדישע לידער און ווי אַזוי מע קען זיי זינגען און שפּילן אויף אַ פֿאָלקסטימלעכן אופֿן. אָט קען מען זען אין אַ סצענע פֿונעם פֿילם „דער לעצטער קלעזמער‟ פֿונעם קלעזמער־מוזיקער און פֿילמאָגראַף יעל סטראָם, ווי אַזוי ער האָט געלערנט זײַנע תּלמידים.
פֿופֿציק יאָר נאָך דעם וואָס קאָזלאָווסקי איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן שטעטל פּרעמישליאַן, וווּ מע האָט דערשאָסן זײַנע עלטערן, איז ער צום ערשטן מאָל צוריקגעפֿאָרן. דער מאָמענט, אין וועלכן ער געפֿינט דעם מאַסן־קבֿר פֿון זײַן טאַטן, צבֿי־הירש קליינמאַן, איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם פֿילם „דער לעצטער קלעזמער.‟
לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי איז געבליבן אַ דינאַמישער מוזיקער ביז זײַנע לעצטע יאָרן. אָט זעט מען ווי ער טרעט אויף אויף אַ קאָנצערט אין 2008, ווען ער איז שוין געווען 90 יאָר אַלט.
און אָט איז אַ קאָנצערטפֿון 2014, ווען קאָזלאָווסקי איז געווען 95 יאָר אַלט.
אויף קאָזלאָווסקיס לוויה איז געקומען אַ גרויסער, פֿאַרשידנאַרטיקער עולם. צווישן זיי — דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן, דער אַרציביסקופּ פֿון קראָקע און אַ ריי באַקאַנטע מוזיקער, אַרײַנגערעכנט זײַן לאַנגיאָריקן חבֿר דאָן ווייסל, אַ ציגײַנער זינגער און מוזיקער, מיט וועמען קאָזלאָווסקי האָט מיטגעאַרבעט. אַחוץ זײַן קענטעניש פֿון דער ייִדישער און פּוילישער מוזיק, איז קאָזלאָווסקי געווען אַן עקספּערט פֿון דער ציגײַנערישער מוזיק און קאָמפּאָנירט די מוזיק צום ערשטן פֿילם, וואָס מע האָט אַ מאָל געמאַכט וועגן די ציגײַנער בשעתן חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.