דער אַפּריל־נומער פֿאָרווערטס איז, ווי איר ווייסט שוין אַליין, דער סאַמע לעצטער אַרויסצוגיין אינעם געדרוקטן פֿאָרמאַט. פֿון הײַנט אָן און ווײַטער וועלן מיר זיך אין גאַנצן אָפּגעבן מיט אונדזער דיגיטאַלישן נוסח.
כאָטש מיר אין דער רעדאַקציע זענען זייער אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם עלעקטראָנישן פֿאָרווערטס — בפֿרט אַז עס האַלטן אין איין צוקומען נײַע באַזוכער צו אונדזערע ווידעאָס און אַרטיקלען — איז אַוודאי שווער זיך צו געזעגענען מיט אַ פּאַפּירענער צײַטונג וואָס גייט שוין אַרויס 122 יאָר, זיכער די לענגסטע קאַדענץ פֿון אַלע צײַטשריפֿטן אויף ייִדיש. זינט 1897 האָט דער געדרוקטער פֿאָרווערטס געדינט ווי אַ קוואַל פֿון נײַעס און ייִדישער קולטור פֿאַר ייִדיש־רעדער פֿון אַלע מינים: אימיגראַנטן און הי־געבוירענע; וועלטלעכע און טראַדיציאָנעלע; אַרבעטער, פּראָפֿעסיאָנאַלן און פּענסיאָנערן.
זינט איך בין געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿונעם פֿאָרווערטס אין 1998 האָבן אָן אַ שיעור ייִדן, אַפֿילו די וואָס קענען אַליין נישט קיין ייִדיש, מיר דערציילט ווי זייערע עלטערן אָדער באָבע־זיידע פֿלעגן זיי שיקן אין קראָם נאָכן פֿאָרווערטס, אָדער ווי זיי האָבן זיך אויסגעלערנט לייענען ייִדיש אַ דאַנק דעם פֿאָרווערטס וואָס איז תּמיד געלעגן בײַ זיי אין שטוב. טאַקע דערפֿאַר האָבן מיר באַשלאָסן אָפּצודרוקן אין אָט דעם לעצטן נומער אַ סעריע זכרונות וועגן דעם פֿאָרווערטס פֿון פֿאַרשידענע קוקווינקלען. במשך פֿון די קומענדיקע טעג וועט איר געפֿינען אַרטיקלען פֿונעם פֿריִערדיקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער; פֿון די לאַנגיאָריקע פֿאָרווערטס־שרײַבער מרים האָפֿמאַן, איציק גאָטעסמאַן און יואל מאַטוועיעוו; פֿון דבֿורה טעלושקין — די אַסיסטענטקע פֿונעם לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־שרײַבער און נאָבעל־לאָרעאַט, יצחק באַשעוויס זינגער, ווי אויך פֿון געטרײַע לייענער ווי מאַרק קאַפּלאַן און מיכל יאַשינסקי. דערצו דרוקן מיר דאָ טשיקאַווע אַנעקדאָטן אין שײַכות מיטן פּאַפּירענעם פֿאָרווערס וואָס אונדזערע לייענער און שטיצער האָבן אונדז דערציילט.
מײַנע אייגענע ערשטע זכרונות פֿונעם פֿאָרווערטס זענען פֿון בערך 1965 ווען איך בין געווען אַרום אַכט יאָר אַלט. געזען האָב איך די צײַטונג נישט בײַ אונדז אין שטוב (מײַנע טאַטע־מאַמע זענען געווען געטרײַע לייענער פֿונעם טאָג־מאָרגן זשורנאַל), נאָר בײַ באָבע־זיידע. פֿון צײַט צו צײַט האָבן איך מיט מײַן ייִנגערע שוועסטער גיטל פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג בײַ דער באָבע־זיידע אין דער דירה אויף אַנטאָני־עוועניו אין בראָנקס. דער זיידע (אָדער פּינטקלעכער — דער שטיפֿזיידע) האָט שטאַרק ליב געהאַט צו קוקן אויף טעלעוויזיע, בפֿרט אויף די „וועסטערנס‟ (קאַובאָי־פֿילמען). אויפֿן טישל לעבן דעם טעלעוויזאָר איז תּמיד געלעגן אַן אָפֿענעם פֿאָרווערטס, ווײַזנדיק דעם צײַטפּלאַן פֿון די טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿון יענעם טאָג.
גיטל און איך האָבן ליב געהאַט איבערצולייענען די נעמען פֿון די טעלעוויזיע־פּראָגראַמען ווײַל כאָטש די אותיות זענען געווען ייִדישע, זענען די נעמען געווען פּשוט טראַנסקריפּציעס פֿון ענגליש ווי, למשל, „פּייטאָן פּלייס‟, „לאָוו איז אַ מעני ספּלענדאָרד טינג‟, „באָנאַנזאַ‟ און „לעטס מייק אַ דיל‟. ביז דעמאָלט האָבן מיר שוין געוווּסט ווי צו לייענען ייִדישע טראַנסקריפּציע אויף ענגליש, אָבער דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל וואָס מיר לייענען ענגלישע טראַנסקריפּציע אויף ייִדיש.
קיין אַרטיקלען האָב איך בײַ אַזאַ יונגן עלטער אַוודאי נישט געלייענט, אָבער דעם אמת געזאָגט האָב איך אַפֿילו שפּעטער, ווען איך בין שוין געווען אַ דערוואַקסלינג פֿון 15 יאָר, אויך נישט געלייענט קיין ייִדישע צײַטונגען. פֿאַר וואָס? כאָטש איך בין טאַקע דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים, בײַ ייִדישיסטן, האָב איך — ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדישע מיידלעך אין יענע יאָרן — געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו מיזרח־אייראָפּע אָדער דעם חורבן. ערשט ווען איך האָב אָנגעהויבן שטודירן די וועלט־ליטעראַטור אין קאָלעדזש — טאָלסטוי, דאָסטאָיעקווסקי, דיקענס און סאַרטרע — האָב איך זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין דער ליטעראַטור און געשיכטע פֿון מײַן אייגן פֿאָלק. ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען דאָס וויכטיקע שליחות פֿון ייִדישע ביכער און צײַטונגען בײַם אויפֿהיטן אונדזער שפּראַך און קולטור, נישט געקוקט אויף דער אַסימילאַציע און מאַטעריאַליזם וואָס שוועבט אַרום אונדז כּסדר.
אין עטלעכע וואָכן אַרום וועלן מיר בײַם סדר דערציילן די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים. אין דער הגדה שטייט אַז די בני־ישׂראל האָט בײַם פֿאַרלאָזן מצרים נישט געהאַט גענוג צײַט אַז דאָס טייג זאָל אויפֿגיין, האָבן זיי מיטגענומען מצות אַנשטאָט ברויט. אין חומש שטייט נאָך עפּעס: ווי נאָר די בני־ישׂראל האָבן געהערט אַז פּרעה האָט זיי סוף־כּל־סוף באַפֿרײַט האָבן זיי גלײַך צונויפֿגעקליבן דאָס גאָלד און זילבער וואָס די מיצרים האָבן זיי געהאַט געשאָנקען. זיי האָבן זיך, אַ פּנים, און מיט רעכט, געזאָרגט וועגן דער צוקונפֿט און געוואָלט פֿאַרזיכערן אַז זיי וועלן האָבן פֿון וואָס צו לעבן.
משה רבינו האָט אָבער געהאַט עפּעס גאָר אַנדערשס אין זינען. געדענקענדיק יוסף הצדיקס בקשה, אַז ווען די ייִדן וועלן אַ מאָל אַרויס פֿון מצרים זאָל מען איבערפֿירן זײַן געביין קיין כּנען כּדי אים דאָרט צו באַגראָבן, האָט משה זיך פֿאַרנומען מיט דעם איידער ער האָט זיך גענומען אײַנפּאַקן זײַן האָב־און־גוטס. אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿאָלק וואָס האָט אין זינען געהאַט מאַטעריעלע זאַכן, אייגנטום און פּרנסה, האָט משה געלייגט דעם טראָפּ אויף זכות־אָבֿות.
און דאָס איז טאַקע אַ גוטע לעקציע פֿאַר אונדז אַלעמען. דער פֿאָרווערטס מאַכט איצט דורך אַ גורלדיקן איבערגאַנג צום עלעקטראָנישן נוסח, און דאָס איז זיכער די פּראַקטישע זאַך צו טאָן. אין דער זעלבער צײַט וועלן מיר אָבער קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן דעם ריזיקן צושטײַער פֿון אונדזער „עלטערן‟ נוסח, די פּאַפּירענע צײַטונג, וואָס האָט מער ווי 120 יאָר לאַנג געדינט דער פֿילפֿאַרביקער ייִדיש־רעדנדיקער לייענערשאַפֿט אין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.