דעם אַכטן טאָג – „ביום השמיני‟ – איז דער משכּן אויפֿגעשטעלט געוואָרן, נאָך זיבן טעג ספּעציעלע צוגרייטונגען. די חז״ל דערקלערן, אַז די צוגרייטונגען האָבן זיך אָנגעהויבן פֿון ראָש־חודש ניסן. אַהרן מיט זײַנע קינדער האָבן דאָרטן געבראַכט די ערשטע קרבנות.
אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, האָבן געבראַכט אַן אייגענעם קטורת און זענען צוליב דעם פֿאַרברענט געוואָרן פֿאַרן ברענגען אַ „פֿרעמד פֿײַער‟.
די חז״ל דערקלערן, אַז נדבֿ און אַבֿיהוא זענען געווען גרויסע צדיקים. די חסידישע מפֿרשים זענען מסביר, אַז אַהרנס זין האָבן בכּיוון געוואָלט אומקומען, האָפֿנדיק צו דערגרייכן אַ העכערע משיחישע וועלט. זיי האָבן אַליין גורם געווען דעם הימלישן פֿײַער אויף זיך, ווײַל אונדזער זינדיקע וועלט האָבן זיי נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן. אינעם הלכה־זין, האָבן זיי נישט באַגאַנגען, חלילה, זעלבסטמאָרד. זיי האָבן בלויז פּראָוואָצירט דעם באַשעפֿער זיי צו פֿאַרברענען. „פֿײַערדיקע מענטשן‟ זענען זיי געווען…
דעם הײַנטיקן שבת איז דער געבוירן־טאָג פֿונעם באַרימטן פּסיכאָלאָג עריך פֿראָם – זעליגמאַן־פּינחס אויפֿן ייִדישן נאָמען. הגם אַ פֿרומער ייִד איז ער נישט געווען, ווערט ער נישט זעלטן ציטירט אין פֿאַרשיידענע פֿרומע פּובליקאַציעס, בפרט אויף קירובֿ־וועבזײַטן. עריך פֿראָמס בוך The Art of Loving (די קונסט פֿון ליב האָבן) האָב איך געזען אין סאַטמאַרער היימען אין ניו־יאָרק. פֿון עטלעכע ליובאַוויטשער שליחים אין ברוקלין האָב איך אויך געהערט ציטאַטן דערפֿון.
עריך פֿראָם האָט אָפּגעלעבט 79 יאָר. אין אָנדערהאַלבן וואָכן אַרום – ראָש־חודש ניסן – וועט קומען זײַן יאָרצײַט. פֿון דעסט וועגן, קאָן ער פֿאַרגליכן ווערן צו אַהרן־הכּהנס אומגעקומענע צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, זײַענדיק אַ „פֿאַרברענטער‟ אידעאַליסט.
אין זײַנע זכרונות דערמאָנט זיך עריך פֿראָם, אַז איינער פֿון זײַנע הויפּט־משפּיעים איז געווען הרבֿ זלמן־ברוך ראַבינקאָוו – אַן אומגעוויינטלעכער חסידישער דענקער פֿון אוקראַיִנע, וועלכער האָט קאָמבינירט חב״ד־חסידות מיט פּסיכאָאַנאַליז, מאַרקסיזם און אַנאַרכיזם. פֿראָם אַליין איז געווען אַ דײַטשישער ייִד, געבוירן אין פֿראַנקפֿורט. צו ראַבינקאָווס שיעורים אין הײַדעלבערג פֿלעגט ער קומען צוזאַמען מיט זײַן חבֿר יצחק־נחמן שטיינבערג, אַ באַרימטער פֿירער פֿון דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג, ווי אויך אַ באַגאַבטער ייִדישער שרײַבער און טוער. ווי דײַטשישער ייִד, האָט פֿראָם נישט געקענט קיין גוטן ייִדיש, אָבער שטיינבערגס פּלענער צו שאַפֿן אַ ייִדיש־רעדנדיקע קאָלאָניע אין אויסטראַליע צי דרום־אַמעריקע האָט ער מיטן גאַנצן האַרצן געשטיצט.
פֿראָמס ערשט גרויס ווערק, באַטיטלט „צו אַנטלויפֿן פֿון פֿרײַהייט‟, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 1941. דער מחבר דערקלערט, לויט זײַן מיינונג, ווי אַזוי משוגענע נטיות אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט האָבן גורם געווען דעם אויפֿקום פֿון נאַציזם אין דײַטשלאַנד. אין זײַן בוך, באַשרײַבט ער דעם חילוק צווישן דער „נעגאַטיווער‟ און „פּאָזיטיווער‟ פֿרייהייט. ווען דער עולם וויל זיך באַפֿרײַען פֿון די אומיושרדיקע רעגירונג־געזעצן, קאָנען די מענטשן אָנהייבן צעשטערן די גאַנצע געזעלשאַפֿט אויף צו להכעיס. להיפּוך צו נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן זיך אַליין פֿאַרברענט לשם־שמים, האָבן די נאַציס – להבֿדיל – פֿאַרברענט זייער אייגן לאַנד, פֿאַרוואַנדלט עס אין אַ גיהנום. מיט אַ נבֿיאיש געפֿיל האָט פֿראָם עס געשילדערט גלײַך פֿאַרן חורבן. ער האָט דעמאָלט שוין געוווינט אין ניו־יאָרק; נאָכן אָנקום פֿון דער נאַצי־רעריגונג אין דײַטשלאַנד איז ער, צום גליק, באַצײַטנס אַנטלאָפֿן.
אין זײַנע ווערק, האָט זיגמונד פֿרויד אַרויסגעזאָגט אַ צאָל אויסדרוקן, וואָס קלינגען ווי שׂינאה אָדער נערוועזע געפֿילן לגבי פֿרויען. פֿראָם באַמערקט, אַז דער פֿאָטער פֿון פּסיכאָאַנאַליז איז צו מאָל געווען אָנגעשטעקט מיט פּאַטריאַרכאַלע נאַרישקייטן. אין פֿראָמס פֿאַרבעסערטער שיטה פֿון פּסיכאָאַנאַליז איז נישטאָ קיין געשלעכט־דיסקרימינאַציע.
עריך פֿראָם איז זיכער געווען אַ משיחישער און אַ נבֿיאישער דענקער. אַזוי ווי נדבֿ און אַבֿיהואס פֿײַער, זענען זײַנע געדאַנקען פֿײַערדיק אין אַ גוטן זין פֿון וואָרט. אָט זענען אַ פּאָר ציטאַטן פֿון פֿראָמען: „דער מענטש איז די איינציקע באַשעפֿעניש אויף דער וועלט, וואָס מוז לייזן אירע אייגענע פּראָבלעמען‟; „אַמאָל איז געווען אַ סכּנה, אַז די מענטשן וואָלטן געקאָנט ווערן שקלאַפֿן; איצט איז פֿאַראַן אַן אַנדער סכּנה, אַז מענטשן קאָנען ווערן מאַשינען‟, און „עס קען נישט זײַן קיין עכטע פֿרײַהייט אָן דער מעגלעכקייט אַז דער מענטש קען פֿאַלן‟.
שײַכותדיקע אַרטיקלען:
https://yiddish2.forward.com/node/827.html
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.