דאָס אַרטיקעלע איז אַ טייל פֿון דער דעמאָלט־כּסדרדיקער סעריע, „אַ טאָג אין ניו־יאָרק‟, וווּ מע האָט איבערגעגעבן קורצע ידיעות, וואָס זענען געווען גענוג אינטערעסאַנט אָפּצודרוקן אָבער ניט גענוג וויכטיק זיי צו ווידמען גאַנצע אַרטיקלען. ווי עס זעט אויס, זענען סוף־יולי 1923 פֿאָרגעקומען עטלעכע משונהדיקע אינצידענטן פֿאַרבונדן מיטן טויט.
דער רעפּאָרטער באַשרײַבט דאָ דרײַ טויטפֿאַלן: די טויט פֿון אַ פֿרוי, אַ פּאַיאַץ, און אַ לייביכע, און יעדער איינער פֿון זיי איז פּונקט אַזוי טראַגיש, ווי ס׳איז אַבסורדיש. די פֿרוי איז געשטאָרבן נאָך דעם וואָס זי איז געפֿאָרן אויף אַ „לופּ־די־לופּ‟, אַ מין קליינע רוסישע בערגל־אַטראַקציע אין אַ לונאַפּאַרק צי קאַרניוואַל. דער פּאַיאַץ איז אַוועק דרײַ יאָר נאָך דעם וואָס ער איז פּאַראַליזירט געוואָרן און די לייביכע איז, נעבעך, אויסגעגאַנגען פֿון האַרצווייטיק, נאָך דעם וואָס זי האָט „מיט די אייגענע לאַפּעס‟ דערהרגעט אירע אייגענע לייבן.
ס׳איז דאָ עפּעס אין דעם אַרטיקל, וואָס איז זייער כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן פֿאָרווערטס. כאָטש מע האָט געקענט פֿאָרשטעלן די ידיעות אויף אַ קאָמישן אופֿן, ווערן זיי באַשריבן פּונקט ווי אַלע אַנדערע נײַעסן. דער פֿאַקט וואָס דאָס אַרטיקעלע איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט גלײַך לעבן די טיטלען „ענגלאַנד קעגן פֿאָדערונג פֿון לייבאָר־פּאַרטיי צו רופֿן וועלט־ענטוואַפֿונג־קאָנפֿערענץ‟ און „אַמעריקע וועט וואַרטן מיט מלחמה־חובֿ צו העלפֿן רור־סעטלמענט‟ ווײַזט, אַז די משונהדיקע ניו־יאָרקער טראַגעדיעס זענען פּונקט אַזוי חשובֿ ווי די געשעענישן וואָס קומען פֿאָר אין דער וועלט־אַרענע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.