מיט איבער דרײַסיק יאָר צוריק, בײַם אָנהייב 1980ער יאָרן, ווען די צווייטע פֿידל אין פֿאָרווערטס איז געווען דוד מאַטיס, מײַן טאַטנס אַ פֿרײַנד, האָט ער מיך איין טאָג אײַנגעלאַדן צו אַ ייִדישער פֿאָרשטעלונג פֿון דער „גאָסעט‟ ייִדישער טעאַטער־טרופּע אין דער שטאָטישער ביבליאָטעק אויף דער 42סטער גאַס. נאָך דער פֿאָרשטעלונג זײַנען מיר אַוועק טרינקען אַ קאַווע, ווען דוד מאַטיס האָט זיך געוואָנדן צו מיר מיט דער טשיקאַווער פֿראַגע:
„איר קענט שרײַבן?‟
איך האָב אים אָנגעקוקט מיט גרויס אינטערעס און געענטפֿערט: „כ׳ווייס נישט!‟
„טוט מיר אַ טובֿה און שרײַבט אָן פֿאַר מיר דרײַ אַרטיקעלעך. נישט איינעם, נאָר דרײַ, וועל איך אײַך זאָגן צי איר קענט שרײַבן.‟
איך בין אַוועק אַהיים און זיך גענומען צו דער אַרבעט מיט גרויס פֿלײַס. מײַן ערשטן אַרטיקל האָב איך געלייענט פֿאַר מײַן מאַן מענדלען און געוואָלט וויסן וואָס ער טראַכט. זאָגט מיר מענדל: „ס׳טויג נישט! דו מאַכסט נאָך שלום־עליכמען און פּרצן, אָבער דײַן קול הער איך נישט. שרײַב מיט דײַן אייגענעם קול, רעדן קענסטו, שרײַב ווי דו רעדסט!‟
האָב איך זיך ווידער אַ מאָל אַוועקגעזעצט און אָנגעשריבן נישט איינעם, נאָר דרײַ אַרטיקעלעך. מענדלען זײַנען אַלע דרײַ געפֿעלן געוואָרן, האָב איך זיי אַוועקגעשיקט דוד מאַטיסן אין פֿאָרווערטס. דוד מאַטיס האָט באַלד אָפּגעדרוקט יעדע וואָך אַן אַרטיקל און ווי ס׳האָט זיך דעמאָלט געפֿירט אין דער צײַטונג איז יעדער אַרטיקל באַגלייט געוואָרן מיט מײַן פֿאָטאָגראַפֿיע.
דוד מאַטיס און איך פֿלעגן זיך אָפֿט טרעפֿן אויף פֿרישטיק אויף דער אַכטער גאַס אין מאַנהעטן, אין אַ פּוילישן רעסטאָראַן מיטן נאָמען „טעריסאַס‟. איין מאָל זאָגט דוד מאַטיס צו מיר אַזוי:
„דו פֿאַרשטייסט, מרים, איך האָב דײַנע אַרטיקעלעך אָפּגעדרוקט אין פֿאָרווערטס, כּל־זמן דער שעף־רעדאַקטער שמעון וועבער געפֿינט זיך יעדן ווינטער, דרײַ חדשים צײַט, אין פֿלאָרידע און איך נעם איבער.
„יענע וואָך, ווען שמעון וועבער איז צוריקגעקומען פֿון זײַן רײַזע און דערזען אַ נײַ פּנים אין צײַטונג האָט ער געמאַכט אַ געוואַלד: ׳ווער איז זי? וואָס טוט זי דאָ? איך פֿאָר אַוועק און מע מאַכט מיר קאַליע די גאַנצע צײַטונג? איך וועל עס נישט דערלאָזן!׳‟
און דוד מאַטיס איז ממשיך געווען: „מיט אים האָבן מיטגעשטימט סײַ יאָסל האַמער, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דערציִונגס אָפּטיילונג סײַ מאיר ראַק, אַ קרובֿ פֿון האַמערן. און ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאַמף פּטור צו ווערן פֿון דיר ביז איך האָב זיך אַרײַנגעמישט. ׳חבֿרה!׳ האָב איך זיי געזאָגט. ׳אַז זי גייט, גיי איך אויך!׳‟
און אַזויערנאָך בין איך פֿאַרבליבן אין דער צײַטונג. איך בין געווען די ייִנגסטע און שמעון וועבער האָט געהאַט אַן אויג אויף מיר. יעדע וואָך בין איך געקומען צו לויפֿן מיט מײַן אַרטיקעלע, עס אַוועקגעלייגט אויף זײַן שרײַבטיש און געמאַכט אַ ויברח. פֿלעגט ער מיר נאָכשרײַען: „וואַרט! וווּהין לויפֿסטו? איך האָב פֿאַר דיר אַ רשימה טעמעס אויף וועלכע איך וויל דו זאָלסט שרײַבן.‟
אָבער איך פֿלעג שוין זײַן בײַ דער טיר און איידער וואָס ווען, האָב איך אים געענטפֿערט: „איר וועט מיר שטאַרק אַנטשולדיקן, חבֿר וועבער, נאָר איך האָב אַוועקגעשטעלט מײַן אויטאָ גלײַך בײַ דער טיר פֿונעם בנין און האָב מורא פֿאַרן ווערן באַשטראָפֿט.‟ פֿון דעמאָלט אָן האָט ער מיך אָפּגעלאָזט.
שמעון וועבער האָט אָנגעמאַכט אַ שווערע שטימונג אין דער געבײַדע. איין פֿרימאָרגן האָב איך באַגעגנט דעם ייִדישן פּאָעט יוסף קערלער אין בנין, וועלכער איז אין אָנהייב 1970ער יאָרן קוים אַרויס אַ לעבעדיקער פֿון סאָוועטישן גיהנום, מיט זײַן פֿרוי אַניע און זון, בערעלע קערלער. הײַנט איז בערעלע ד״ר דובֿ בער קערלער, אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין אינדיאַנע־אוניווערסיטעט. זע איך, יוסף גייט אַרום מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ, מאַך איך:
„יוסף קערלער! וואָס איז מיטן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ אין מיצקע דרינען?‟
זאָגט ער: „די שטימונג דאָ איז אַ שווערע, אַפֿילו די חבֿרה אין דער דרוקערײַ אונטן באַקלאָגן זיך אויפֿן רעדאַקטער און זײַן שווערן כאַראַקטער.‟
איך האָב קערלערן באַרויִקט: „נעמט זיך נישט איבער, חבֿר זיסער, ער וועט לאַנג נישט אָנטרײַבן.‟
און דער אמת איז, וועבער איז נפֿטר געוואָרן גאַנץ שנעל און אויף זײַן אָרט איז געקומען מרדכי שטריגלער, אַן אַמאָליקער ישיבֿה־בחור, אינטעליגענט, באַהאַוונט אין ייִדיש און ערנסט. אַלץ איז צוגעגאַנגען בשלום, ער האָט געדרוקט מײַנע וועכנטלעכע אַרטיקלען ביז…
דער פֿאָרווערטס איז דעמאָלט געווען אַ סאָציאַליסטיש־בונדיסטישע צײַטונג. דער אַרבעטער־רינג איז געווען אַ שותּף און ס׳רובֿ פֿון דער פֿאַרוואַלטונג איז באַשטאַנען פֿון לינקן פֿליגל. נעם איך און שרײַב אָן אַן אַרטיקעלע מיטן קעפּל: „פֿרימער און בונדאָוויעץ‟.
זעט אויס אַז שטריגלער האָט זיך שטאַרק דערשראָקן. ס׳רוב חבֿרה פֿאַרוואַלטער זײַנען דאָך געווען בונדיסטן און זיי באַצאָלן זײַנע שׂכירות, האָט ער מורא געהאַט אַז ער קען חלילה פֿאַרלירן זײַן שטעלע אויב ער וועט אָפּדרוקן מײַן אַרטיקל. האָט ער באַשלאָסן דאָס מאָל נישט צו דרוקן עס. אַ שאָד, ווײַל ווען ער לייענט עס איבער וואָלט ער אויסגעפֿונען אַז „פֿרימער און בונדאָוויעץ‟ זײַנען פּשוט געווען די נעמען פֿון צוויי שותּפֿים אין לאַנד־ווירטשאַפֿט (real estate) וואָס פֿאַרמאָגן עטלעכע געבײַדעס אויף מײַן גאַס אין דער בראָנקס, האָב איך געכאַפּט מיט זיי אַ שמועס און באַשלאָסן צו שרײַבן וועגן זיי.
אויב ער לייענט אַפֿילו נישט איבער מײַן אַרטיקעלע און דרוקט עס נישט אָפּ, האָב איך געטראַכט, וועל איך זיך אָפּזאָגן פֿון דער אַרבעט. און כ׳האָב טאַקע אויפֿגעהערט שרײַבן.
איז געקומען אַ טאָג און ס׳קלינגט מיר אָן דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע, חבֿר שטערן, און פֿרעגט מיך: „וווּ ביסטו אַהינגעקומען? מיר פֿעלן אויס דײַנע אַרטיקעלעך!‟
זאָג איך אים: „איך שרײַב נישט מער. דער רעדאַקטער האָט אַפֿילו נישט איבערגעלייענט מײַן אַרטיקעלע און זיך אָפּגעזאָגט עס צו דרוקן.‟
זאָגט ער מיר: „הער מיך אויס, איך האָב אײַנגעאָרדנט אַ טרעפֿונג צווישן מיר, דיר און שטריגלערן, דעם און דעם טאָג, און איך וויל דיך זען צו דער צײַט.‟ איך האָב אײַנגעשטימט און זיך באַוויזן אין צײַט.
שטריגלער איז געווען אין אַ פֿאַרלעגנהײט, אָבער נאָכגעגעבן און איך האָב צוריק אײַנגעשטימט צו שרײַבן.
די צרה מיט שטריגלערן איז געווען וואָס ער האָט אויסגעפֿילט די צײַטונג מיט ריינע איבערזעצונגען פֿון דער ישׂראלדיקער פּרעסע, אונטער זײַנע אייגענע פּסעוודאָנימען און נישט צוגעלאָזט קיין נײַע שרײַבער. ער האָט געהאַלטן אַז ווען ער גייט וועט זיך דער פֿאָרווערטס שליסן.
אין יענער צײַט האָט הערשל אָסטראָף, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון פֿאָרווערטס, אַראָפּגעברענגט באָריס סאַנדלערן פֿון ישׂראל, מיטן בליק צום מאָרגן, צו פֿאַרזיכערן אַז די צײַטונג וועט אַרײַן אין לײַטישע הענט נאָך שטריגלערן. מ׳האָט סאַנדלערן אַוועקגעזעצט אין אַ צימערל אָן אַ פֿענצטער און געהייסן וואַרטן אויף משיחן.
פֿלעג איך אים אָפֿט באַזוכן און טרייסטן אַז דער רעדאַקטער און דער צווייטער בעזעם, אדון האַמער, זײַנען שוין אַריבער די זעכציקער און וועלן נישט לאַנג אָנטרײַבן. איך מוז צוגעבן אַז כ׳בין נאָך דעמאָלט געווען אַ סך ייִנגער, און די זעכציקער האָבן מיר אויסגעזען אַלט. הכּלל, נישט געזאָרגט, די ישועה שטייט שוין בײַ דער שוועל. וואָס אַן אמת, אין גיכן זײַנען ביידע, דער רעדאַקטער מיטן צווייטן בעזעם, אַוועק פֿון וואַנען מע קומט נישט צוריק, און באָריס סאַנדלער איז געוואַרן רעדאַקטער פֿון פֿאָרווערטס.
באָריס איז אַ באַלעזענער ייִדיש־קענער, אַזוי אַז די צײַטונג איז אַרײַנגעפֿאַלן אין גוטע הענט, און אַזוי ווי עס פֿירט זיך בײַ לײַטן, האָט ער מיטגעבראַכט מיט זיך זײַנע חבֿרים וועלכע האָבן מיטגעאַרבעט אין רוסלאַנד אין ווערגעליסעס בלאַט „סאָוועטיש־היימלאַנד.‟
צוויי יאָר צײַט האָב איך געפֿירט יעדן חודש אַ רובריק, „מיטן פּנים צום מאָרגן‟ — מאַטעריאַל פֿאַר ייִדישע לערער און סטודענטן; דער עיקר וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, פֿאָלקס־מעשׂיות, ליטעראַרישע און דראַמאַטישע סקיצן, חכמות און געשיכטע. ייִדישע לערער און סטודענטן האָבן מיר געזאָגט אַז זיי געניסן פֿון מײַן רובריק.
איצט איז מײַן רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער און ביז אַהער גייט אַלץ צו ווי געשמירט. אָמן! סלה!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.