דער דאָזיקער אַרטיקל איז דערשינען דעם 11טן אויגוסט 1944 אויף דער ערשטער זײַט פֿונעם פֿאָרווערטס אונטערן הויפּטקעפּל, „אַמעריקאַנער 50 מײַל פֿון פּאַריז.‟ געדרוקט בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, גיט דער אַרטיקל איבער אַז לעאָן בלום, דער געוועזענער סאָציאַליסטישער פּרעמיער פֿון פֿראַנקרײַך, איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך די נאַציס לעבן לובלין. דערנאָך, כּמעט סתּם אַזוי, גיט מען איבער נאָך אַ באַריכט, אַז לעאָן בלום לעבט נאָך. מה זה? ס׳זעט אויס אַז דער פֿאָרווערטס האָט באַקומען די ערשטע ידיעה, אין גיכן אָנגעשריבן אַן אַרטיקל, צוגעלייגט אַ טרויעריק בילד פֿון בלום וואָס פּאַסט פֿאַר אַ נעקראָלאָג — און שפּעטער זיך דערוווּסט, אַז די ידיעה איז געווען מסתּמא אַ פֿאַלשע.
באַקומט זיך עפּעס זייער מאָדנע וועגן דעם אַרטיקל. עס שטעלט פֿאָר צוויי היפּוכדיקע ידיעות — איינע אין וועלכער בלום לעבט, און איינע אין וועלכער ער איז טויט — וואָס ביידע נוסחאָות קענען אויסזען פֿאַרן לייענער איבערצײַגעוודיק. לעאָן בלום, אַ וויכטיקע פֿיגור פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער פּאָליטיק, וואָס האָט געדינט ווי דער פֿראַנצייזישער פּרעמיער במשך פֿון צוויי קאַדענצן, איז בשעת דער מלחמה פֿאַרשיקט געוואָרן אין בוכענוואַלד און דערנאָך אין דאַכאַו. ווי מע קען זען פֿונעם אַרטיקל, האָט כּמעט קיינער ניט געוווּסט צו יענער צײַט, צי ער לעבט נאָך.
די מעשׂה איז געווען אַזאַ: ווען די אַמעריקאַנער האָבן באַפֿרײַט דאַכאַו מיט צוויי וואָכן שפּעטער, האָט מען אים געפֿונען אין אַ באַראַק מיט אַנדערע באַרימטע פּערזענלעכקייטן. ער איז שפּעטער ווידער געוואָרן דער פֿראַנצייזישער פּרעמיער.
ס׳איז ניט קלאָר פֿון וואַנען עס איז געקומען די פֿאַלשע ידיעה, אַז בלום איז אומגעקומען לעבן לובלין, ווײַל בלום איז בשעת דער מלחמה קיינמאָל ניט געווען אין פּוילן בכלל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.