דוד בערגעלסאָן פֿאַרנעמט אַן אײנגאַרטיק אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. אַלע פֿאָרשער און קריטיקער זײַנען אײַנשטימיק, אַז ער איז געװען אַ גרױסאַרטיקער סטיליסט און אַ מײַסטער פֿון דער פּסיכאָלאָגישער פּראָזע. אָבער אײנצײַטיק טענהט מען, אַז בערגעלסאָנס בלי־תּקופֿה האָט זיך געענדיקט מיט זײַן באַזעצן זיך אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1934, און די לעצטע פֿערצן יאָר פֿון זײַן לעבן, ביז זײַן אַרעסט אין 1948, זײַנען געװען שעפֿעריש ניט־אינטערעסאַנט װײַל ער האָט געמוזט זיך צופּאַסן צו די תּקנות פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם.
דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר העריעט מוראַװ, „דוד בערגעלסאָנס אױסטערלישע נײַע װעלט‟, באַהאַנדלט בערגעלסאָנס שאַפֿונג װי אַ גאַנצקײט און מאַכט ניט קײן מחיצה צװישן דעם פֿאַר־סאָװעטישן און דעם סאָװעטישן פּעריאָד. דער פֿאָקוס פֿון איר חקירה איז דער באַגריף פֿון צײַט װי די צענטראַלע טעמע פֿון בערגעלסאָנס שאַפֿונג. בערגעלסאָן איז געװען זײער פֿילעװדיק צו דער צײַט, סײַ צו דעם, װי אַזױ מען לעבט דורך די צײַט, און סײַ צו דעם, װי אַזױ די צײַט באַװירקט דאָס מענטשלעכע לעבן און דענקען. װען מען לײענט בערגעלסאָנס פּראָזע, באַקומט מען אַן אײגנאַרטיק געפֿיל פֿון דער צײַט, כּלומרשט אַז זי פֿליסט פּאַמעלעך.
מוראַװ באַהאַנדלט בערגעלסאָנס ליטעראַרישע װערק אינעם ברײטערן פֿילאָסאָפֿישן און ליטעראַרישן קאָנטעקסט פֿון זײַן תּקופֿה. זי באַזירט איר אױסטײַטשונג אױף די טעאָרעטישע השׂגות פֿון דעם פֿראַנצױזישן דענקער אַנרי בערגסאָן, דעם דײַטשיש־ייִדישן ליטעראַט װאַלטער בנימין, און אױף דער פּסיכאָלאָגישער טעאָריע פֿון זיגמונד פֿרױד. דאָס זײַנען געװען די צעטנראַלע פֿיגורן פֿון דעם מאָדערנעם אײראָפּעיִשן געדאַנקענגאַנג, װאָס זײַנען דערצו אַלע געװען ייִדן. צײַט איז אין בערגעלסאָנס כּוח־המדמה געװען נאָענט פֿאַרקניפּט מיט שטימונג. דאָס דאָזיקע װאָרט פֿאַרנעמט אַ בולט אָרט אין זײַן פּראָזע־לשון. בערגעלסאָנס שרײַבערישער מעטאָד איז געװען צו שילדערן שטימונג, און אַזױ אַרום מאַכן זײַן דערצײלערישן גאַנג װאָגיקער און פּאַמעלעכער. זײַנע העלדן זײַנען אָפֿט מאָל שװערמוטיק און פֿאַרטראַכט, װאָס לאָזט זיך אױסטײַטשן װי אַ סימן פֿון זײער סאָציאַלער ירידה.
אמת, בערגעלסאָן גיט זיך אָפּ אַ סך מיט סאָציאַלע פּראָבלעמען. זײַנע ליטעראַרישע טיפּן זײַנען יורדים, װאָס זײַנען ניט בכּוח צו געפֿינען אַן אָרט אין דער מאָדערנער װעלט. אָבער מוראַװ האָט מער אינטערעס ניט אין בערגעלסאָנס סאָציאַלער קריטיק, נאָר אין פֿילאָסאָפֿישע טיפֿענישן פֿון זײַן פּראָזע, װאָס זי אַנטפּלעקט דורך אַנאַליזירן זײַן סטיל. להיפּוך צו אַנדערע פֿאָרשער, האַלט מוראַװ ניט, אַז בערגעלסאָנס סטיל האָט שטאַרק געליטן אונטערן יאָך פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. בערגעלסאָן האָט יאָ געמאַכט נײטיקע פּשרות כּדי צו דעמאָנסטרירן זײַן געטרײַשאַפֿט דער סאָװעטישער אידעאָלאָגיע. אָבער אַפֿילו אין „ביראָבידזשאַנער‟, אײנעם פֿון די סאַמע סאָװעטישסטע פֿון זײַנע װערק, הערט זיך אַ קלאָרער אָפּקלאַנג פֿון זײַן פֿריִערדיקן סטיל: „אומטעום אַרום איז פּוסט‟, און די צײַט בלײַבט פֿאַרגליװערט.
בערגעלסאָנס רעאַקציע צו דער רוסישער רעװאָלוציע פֿון 1917 איז געװען אַן אָפּגעהיטע. אין זײַן אַרטיקל „ליטעראַטור און געזעלשאַפֿטלעכקײט‟ האָט ער געטענהט, אַז אַ שרײַבער דאַרף צוּװאַרטן מיט זײַן שעפֿערישן אָפּרוף אױף די היסטערישע איבערקערענישן. זײַן װערק דאַרף װאַקסן פּאַמעלעך און אײַנזאַפּן אין זיך כּלערלײ מחשבֿות און געפֿילן. אַנדערש איז געװען זײַן אָפּרוף אױפֿן חורבן בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. מוראַװ שרײַבט: „בערגעלסאָן איז געװען צװישן די ערשטע שרײַבער אױף אַלע לשונות, װאָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיטן ענין פֿון עדות־זאָגן אין שײַכות מיטן ייִדישן חורבן.‟ אױף ייִדיש, באַמערקט מוראַװ, קאָן דאָס װאָרט „עדות‟ מײנען סײַ דעם עדות־זאָגער, און סײַ דאָס עדות־זאָגן. דער העלד פֿון בערגעלסאָנס געשיכטע „אַן עדות‟ איז מער אַ לעבעדיק שטיקל גבֿית־עדות אײדער אַ בשׂר־ודם. ער אַלײן איז אַ פֿאַרקערפּערטער פּרט פֿונעם חורבן.
בערגעלסאָן איז אַרעסטירט געװאָרן אין אײנעם מיט די אַנדערע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין 1948. בעת זײַנע פֿאַרהערן אין דער סאָװעטישער תּפֿיסה האָט ער זיך דערמאָנט אָן זײַן ראָמאַן „מידת־הדין‟ װעגן דעם רוסישן בירגער־קריג: „דאָרט האָב איך געװיזן, אַז די סאָװעטישע מאַכט איז מאָראַליש באַרעכטיקט צו באַשטראָפֿן מיט שטרענגקײט אוּן צו באַטראַכטן יעדן פֿאַרברעכן דורך אַ פֿאַרגרעסער־גלאָז.‟ איצט, זאָגט בערגעלסאָן צו זײַנע פֿאַרהערער, איז ער אַלײן אין אַזאַ מצבֿ, װאָס די מאַכט באַטראַכט זײַנע „זאַכן‟ דורך אַ „פֿאַרגרעסער־גלאָז‟. אַזױ אַרום האָט בערגעלסאָן אַפֿילו אין תּפֿיסה נאָך אַלץ באַטראַכט זיך און זײַן מצבֿ דורך דעם שפּאַקטיװ פֿון זײַנע אײגענע ליטעראַרישע װערק.
מוראַװס צוגאַנג צו בערגעלסאָנס שאַפֿונג שטימט מיט דער הײַנטיקער טענצענץ אין דער ייִדישער קולטור־פֿאָרשונג צו באַהאַנדלען די סאָװעטיש־ייִדישע קולטור װי אַ קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע גאַנצקײט. מען זאָגט זיך אָפּ פֿון פּשוט שאַפֿן אַ קאָנטראַסט צווישן „ייִדישקײט‟ און „סאָװעטישקײט‟. אַנשטאָט דעם פֿאָרשט מען די פֿילצאָליקע קעגנזײַטיקע באַציִונגען און השפּעות צװישן אָט די צװײ מינים אידענטיטעט. דאָס סאָװעטישע ייִדנטום קומט אַרױס פֿון די דאָזיקע חקירות־ודרישות װי אַ ייִדישע עדה מיט אַן אײגענאַרטיקן שטײגער און אַן אײגנאַרטיקער קולטור. און די גדולים פֿון דער דאָזיקער קולטור, אַזעלכע װי דוד בערגעלסאָן, דער נסתּר, שלמה מיכאָעלס, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטײן, לײב קװיטקאָ און אַנדערע, געהערן צו די סאַמע פּני פֿון דער מאָדערנער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.