יעקוב אבן יוסוף, דער בעל־הבית פֿון דער ירושלימער ביכערקראָם „עולם קטן‟, זאַמלט איצט געלט כּדי אַרויסצוהעלפֿן זײַן געשעפֿט. אין דער קראָם ווערן פֿאַרקויפֿט פֿאַרשיידענע ביכער און ספֿרים אויף ענגליש און העברעיִש, וואָס האָבן צו טאָן מיט סופֿיזם, קבלה, חסידות, ווי אויך מיט ווײַט־מיזרחדיקע גײַסטיקע טראַדיציעס און פֿאַרשיידענע הײַנטצײַטיקע פֿאָרעמס פֿון רוחניות.
דאָס געשעפֿט האָט זיך געעפֿנט מיט 22 יאָר צוריק און בלײַבט איצט דאָס איינציקע אָרט פֿון אַזאַ מין אין ירושלים. לעצטנס לײַדט עס פֿון גרויסע חובֿות.
ווען מע הערט דעם נאָמען פֿונעם בעל־הבית, וואָס שטעלט אַ בפֿירושן אַקצענט אויף מיסטישע באַוועגונגען אין איסלאַם, וואָלט מען געקאָנט זיך משער זײַן, אַז ער אַליין איז אַ מוסולמענער. ווען מע גייט אַרײַן אין זײַן קראָם, שאַפֿט אָבער אַן אײַנדרוק, אַז מע געפֿינט זיך אויף אַ קליינעם אינדזל פֿונעם אַמעריקאַנער „ניו־איידזש‟. אין דער אמתן, איז דער בעל־הבית אַ ברוקלינער ייִד, וועלכער האָט עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אין די 1990ער יאָרן. געבוירן ווי יעקבֿ העקעלמאַן און נישט ווערנדיק דערבײַ אַ מוסולמענער, האָט ער לויט דער עצה פֿון זײַן סופֿי־רבין געביטן זײַן נאָמען נאָך מיט 40 יאָר צוריק אויף אַ כּמו־איסלאַמישו שטייגער: יעקוב אבן יוסוף.
וואָס עפּעס סופֿיזם? די קומענדיקע וואָך וועלן מיר לייענען אין דער מגילת־אסתּר, אַז לויט המנס טענה זענען ייִדן אַ מאָדנע פֿאָלק, וואָס האַלט זיך באַזונדערס און רעכנט זיך נישט מיט דער אַרומיקער סבֿיבֿה. פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט די מגילה אַליין, אויסגעשפּרענקלט מיט פּערסישע ווערטער, אַז למעשׂה האָבן ייִדן תּמיד געהאַט אַ קאָנטאַקט מיט די אַנדערע פֿעלקער.
צוליב אַ צאָל טעאָלאָגישע און היסטאָרישע סיבות, האָבן די מוסולמענישע פֿילאָסאָפֿישע און מיסטישע שיטות געוווּנען אַ ברייטע און כּמעט אומבאַגרענעצטע פּאָפּולאַריטעט בײַ אַ טייל מיזרחדיקע ייִדן. איין בולטער בײַשפּיל זענען די אייניקלעך פֿונעם רמב״ם, וועלכע האָבן פֿאַקטיש געשאַפֿן אַ ייִדישן סופֿי־אָרדן. דער רמב״ם אַליין האָט אַ סך געשעפּט פֿון דער איסלאַמישער פֿילאָסאָפֿיע. די גריכישע חקירה האָט זיך באַוויזן אויף דער מיטל־עלטערלעכער ייִדישער גאַס – דער עיקר, בײַ די ספֿרדים – אין איסלאַמיזירטע פֿאָרעמס און אונטער אַ שטאַרקער מוסולמענישער השפּעה.
אינעם שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט אבן־יוסוף דערציילט, אַז אין זײַן קראָם קומען אַרײַן פֿאַרשיידענע סאָרטן קונים, אַרײַנגערעכנט נײַגעריקע חרדישע ייִדן, וואָס אינטערעסירן זיך אויך מיט סופֿיזם. אַוודאי, באַווײַזן זיך אויך אַראַבער און וועלטלעכע ייִדן. כּמעט אַלע ביכער זענען אויף העברעיִש און ענגליש. דער נאָמען פֿונעם געוועלב – „עולם קטן‟ – האָט אַ מיסטישן טעם. סײַ לויט סופֿיזם, סײַ על־פּי קבלה און חסידות, איז יעדער מענטש אַ קליינער אוניווערס מיט אַ גאַנצן אינערלעכן נשמה־קאָסמאָס.
אבן־יוסוף איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ קאָנסערוואַטיווער משפּחה. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן צווישן זיך גערעדט אויף ייִדיש, כּדי די קינדער זאָלן זיי נישט פֿאַרשטיין, און באַטאָנט, אַז ער מוז זיך לערנען העברעיִש. ווען ער האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט ארץ־ישׂראל אין 1976, האָט ער אַנטדעקט זײַן ערשטן סופֿי־רבי, דעם באַקאַנטן פּאַלעסטינער שייך, מוכאַמאַד אַל־דזשאַמאַל. אינעם זעלבן יאָר האָבן זײַנע עלטערן געעפֿנט אַ קאָנסערוואַטיווע שיל אין צפֿת. במשך פֿון 7 יאָר איז אבן־יוסוף געווען אַ תּלמיד פֿונעם דאָזיקן שייך. דערנאָך, במשך פֿון 12 יאָר, האָט ער געפֿאָלגט דעם טערקישן שייך, מוראַט יאַקאַן. ווען אבן־יוסוף האָט זיך באַזעצט אויף שטענדיק אין ארץ־ישׂראל, האָט ער שוין געהאַט אַ פֿיליאָריקע סופֿי־דערפֿאַרונג. אין 2000 האָט זיך אין ארץ־ישׂראל באַוויזן די קליינע באַוועגונג „דרך אַבֿרהם‟, וואָס שטרעבט אויפֿצולעבן די סופֿי־ייִדישע שיטה פֿון ר’ אַבֿרהם מיינוני, דעם רמב״מס זון. אבן־יוסוף האָט באַמערקט, אַז די ווערק פֿונעם רמב״מס אייניקל קלינגען אים פּערזענלעך צו טרוקן. דווקא חסידות, בפֿרט די שיטה פֿון רבי נחמן בראַצלעווער, באַטראַכט ער פֿאַר אַן עכטן „ייִדישן סופֿיזם‟. צי קאָן דאָס צונויפֿוועבן סופֿיזם מיט ייִדישקייט און נעאָ־חסידישע דרכים פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן ייִדן און מוסולמענער? דער בעל־הבית האָט געענטפֿערט, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו זײַן נאַיִוו. די סופֿיס לײַדן דאָך אַליין פֿון שׂינאה און רדיפֿות מצד די אַנדערע מוסולמענער. פֿון דעסט וועגן, אין פּרינציפּ, קאָן זײַן געשעפֿטל אָדער „דרך אַבֿרהם‟ ווערן וויכטיקע טריט אויפֿן וועג צום שלום. אַחוץ דער קראָם, פֿירט ער אויפֿן „פֿייסבוק‟ אַ ממשותדיקע סופֿי־ייִדישע גרופּע מיט 1,700 מיטגלידער.
שײַכותדיקע אַרטיקלען:
“//yiddish.forward.com/articles/170933/jihadi-jew/”//yiddish.forward.com/articles/170933/jihadi-jew/
“//yiddish.forward.com/articles/212705/maimonides-son-was-a-rabbi-who-practiced-sufism/”//yiddish.forward.com/articles/212705/maimonides-son-was-a-rabbi-who-practiced-sufism/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.