מאַרק לעווין, אַ מיטגליד פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטראָט, איז אַ גרויסער שטיצער פֿון די צוויי־שפּראַכיקע פּראָגראַמען אין די ניו־יאָרקער עפֿנטלעכע שולן. אין די שולן אין זײַן דיסטריקט, דעם 7טן, וואָס נעמט אַרײַן טיילן פֿון די צפֿון־מאַנהעטענער געגנטן מאָרנינגסײַד הײַטס און האַרלעם, געפֿינען זיך שוין פּראָגראַמען, אין וועלכע די קינדער לערנען זיך שפּאַניש, איטאַליעניש, אורדו, פֿראַנצייזיש און אַלבאַניש. אין ניו־יאָרק זענען פֿאַראַן מער ווי 200 אַזעלכע פּראָגראַמען פֿאַר מער ווי 25 שפּראַכן. האָט לעווין געטראַכט בײַ זיך: פֿאַר וואָס ניט ייִדיש?
דער „קאָונסילמאַן‟ האָט זיך געוואָנדן צו סאָסיע פֿאָקס, די אָנפֿירערין פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש‟. זי האָט אים געהאָלפֿן געפֿינען ייִדישיסטן און אַנדערע מענטשן מיט אַ מעגלעכן אינטערעס צום פּראָיעקט, און מע האָט גערופֿן אַ זיצונג אינעם ניו־יאָרקער ראָטהויז. געקומען זענען 15 מענטשן, אַרײַנגערעכנט ייִדישיסטן, זשורנאַליסטן און צוויי פֿאָרשטייער פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟. מאַרק לעווין האָט באַגריסט דעם עולם מיט די ייִדישע ווערטער „ש׳כּוח פֿאַרן קומען‟ איידער די זיצונג איז אַריבער אויף ענגליש.
לעווין האָט דערקלערט, אַז כּדי צו שאַפֿן אַ צוויישפּראַכיקע פּראָגראַם אין אַן עפֿנטלעכער שול דאַרף מען געפֿינען גענוג קינדער אויף איין קלאַס (אַן ערך 20); אַ קוואַליפֿיצירטער לערער וואָס קען די שפּראַך, און אַ שול־דירעקטאָר וואָס איז מסכּים, אַז אַזאַ פּראָגראַם זאָל געגרינדעט ווערן אין זײַן אָדער איר שול. אין דער ייִדיש־פּראָגראַם וואָלטן די קינדער זיך געלערנט אַ העלפֿט פֿונעם טאָג אויף ייִדיש, אָפּגעזונדערט פֿון די אַנדערע תּלמידים אין דער שול, און אַ העלפֿט פֿונעם טאָג אויף ענגליש, צווישן דער אַלגעמיינער שול־באַפֿעלקערונג. צוליב דעם וואָס עס גייט אַ רייד וועגן אַן עפֿנטלעכע שול, וואָלט מען ניט געקענט לערנען קיין לימודי־קודש. מע וואָלט אָבער יאָ געקענט סערווירן כּשר עסן, ווײַל מע האָט לעצטנס אײַנגעפֿירט אַ פּראָגראַם צו סערווירן כּשר עסן אין די עפֿנטלעכע שולן.
עטלעכע פֿון די ייִדישיסטן אויף דער זיצונג האָבן געזאָגט לעווינען אַז זיי האַלטן, אַז אַזאַ פּראָגראַם וואָלט אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן אינטערעס, ווײַל עס זענען ניטאָ גענוג ייִדישלעכע קינדערגערטנער אין ניו־יאָרק, און אַ צאָל משפּחות וואַרטן אָפֿט אַ לאַנגע צײַט צו שיקן זייערע קינדער אין יענע קינדערגערטנער, וואָס קאָסטן צענדליקער טויזנטער דאָלאַר אַ יאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט יענע וואָלט די פּראָגראַם, וואָס איז בחינם, געווען אַ גרויסע מציאה. פֿון זײַן זײַט האַלט לעווין, אַז אַ ייִדיש־פּראָגראַם וואָלט געקענט צוציִען איבערגעגעבענע עלטערן, וואָס וואָלטן במילא געקענט שאַפֿן געלט פֿאַר דער שול און ווערן אַקטיווע מיטגלידער פֿונעם פֿאַראיין פֿאַר עלטערן און לערער (בלע׳׳ז: PTA). דערצו וואָלט אַזאַ פּראָגראַם פֿאַרזיכערט אַ פֿאַרשידנאַרטיקע תּלמידימשאַפֿט.
כאָטש די פּלענער האַלטן זיך בלויז בײַם בראשית, האָפֿט לעווין, אַז מע וועט קענען אָנהייבן די ייִדיש־פּראָגראַם מיט אַ קינדערגאָרטן־קלאַס אין האַרבסט 2021. אויב זי וועט יאָ מקיום ווערן, וואָלט זי געווען די איינציקע וועלטלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע שול אין אַמעריקע און די צווייטע אויף דער וועלט נאָך דער „שלום־עליכם־שול‟ אין מעלבורן. פֿאַרן חורבן זענען אין מיזרח־אייראָפּע געווען מער ווי 4,000 אַזעלכע שולן און מער ווי 500 ייִדיש־שפּראַכיקע מיטלשולן און גימנאַזיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.