קען אַ ייִדישע אויטאָנאָמיע עקסיסטירן אָן צו אָקופּירן אַ צווייט פֿאָלק?

Is Jewish Autonomy Possible Without Occupying Others?

פֿון שלום בערגער

Published April 16, 2019.
Pixababy

יעדער װאָס שטיצט אַ ייִדישע אומאָפּהענגיקײט, קולטורעל צי געאָ־פּאָליטיש, אָנערקענט אַז מיר שטייען הײַנט פֿאַר אומגעהײַערע שװעריקײטן. אונדזער נאַציאָנאַלע סוּװערעניטעט איז פֿאַרקױפֿט געװאָרן, און איז זיך נאָך סומך, אױף די מוטשענישן און פּײַניקונגען פֿון מיליאָנען װאָס זײַנען גאָט די נשמה שולדיק.

אַזעלכע לאָזונגען װי „צװײ מלוכות פֿאַר צװײ פֿעלקער‟ זײַנען, זעט מען, מער נישט פּאַסיק צום איצטיקן מצבֿ. יענע „לײזונג‟ איז מער נישט געשטיצט, נישט פֿון ס׳רובֿ ישׂראלים און נישט פֿון ס׳רובֿ פּאַלעסטינער. און כאָטש מע הערט אַלץ מער (באַזונדערש בײַ די יונגע לינקע) װעגן אַ לײזונג פֿון „אײן מלוכה‟, איז נישט קלאָר װאָס דאָס מײנט טאַקע, און װי אַזױ אַ ייִדישע אױטאָנאָמיע װאָלט מיט דעם געהאַט אַ קיום.

מיט אײן װאָרט: געקומען איז די צײַט פֿאַר אַ שטיקל חשבון־הנפֿש פֿאַר די װאָס האַלטן זיך (אָדער האָבן זיך געהאַלטן) פֿאַר עפּעס אַ מין ציוניסט. אָדער אַפֿילו אַ נאָך־ציוניסט.

מיר שטײען הײַנט צווישן פּורים און פּסח, און איך האַלט, אַז ביידע יום־טובֿים שטעלן מיט זיך פֿאָר צװײ פֿאַרשײדענע מוסטערס װי אַזױ צוצוגיין צום ענין אױטאָנאָמיע הײַנט צו טאָג.

פּורים איז דאָך דער יום־טובֿ פֿון די תּפֿוצות: אַ קהילה גענוג שטאַרק צו טראָגן אַן אײגענעם חותם און שפּילן אַ געװיסע ראָלע אין דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט, און פֿאָרט גענוג שװאַך אױסגעשטעלט צו װערן אױף דער סכּנה פֿון ייִדן־האַס. פּסח איז, פֿאַרשטײט זיך, דער יום־טובֿ פֿון אַ פֿאָלק װאָס גײט אַריבער פֿון גלות אין אײגענעם לאַנד, װוּ דאָס פֿאָלק מאַכט אַדורך טראַװמאַטישע גילגולים פֿון כּלערלײ סאָרטן: װער מעג זיך אָנשליסן אינעם ייִדישן פֿאָלק? װאָס זײַנען די קריטעריעס פֿון צוגעהעריקײט? צי האָט דאָס פֿאָלק אַ מיסיע? װי אַזױ באַהאַנדלט מען נישט־ייִדן װאָס פֿילן זיך ווי אַ טייל פֿון דער ייִדישער עדה?

סײַ פּורים סײַ פּסח האָבן צו טאָן מיט קאָנטראָל און אַלײן־רעגירונג: װי אַזױ מע פֿירט אַ ייִדיש לעבן און װי מע פֿאַרשטײט דאָס אין אַ װעלט (דער אײנציקער װעלט) באַפֿעלקערט, צום גרעסטן טייל, פֿון נישט־ייִדן.

פֿאַראַן, הײסט עס, צװײ עיקר־פֿראַגעס: ערשטנס, װאָס איז דער ציל פֿון אַ ייִדישער מלוכה, און צװײטנס, װי אַזױ דאַרף אַ ייִדישע מלוכה זיך באַציִען צו נישט־ייִדן?

לאָמיר אָנהײבן מיט דער צװײטער פֿראַגע, מיטן טרױעריקן לאַנג דױערנדיקן אמת אַז ישׂראל פֿירט אַדורך אַן אָקופּאַציע אױפֿן חשבון פֿון מיליאָנען פּאַלעסטינער. די דאָזיקע אָקופּאַציע װירקט אױף דעם געזונט, פֿרײַהײט און פּרנסה פֿון מיליאָנען קינדער און דערװאַקסענע.

די באַציִונג פֿון דער דאָזיקער ייִדישער מדינה צו די נישט־ייִדישע אײַנװױנער און אָקופּירטע איז נישט אױסצוהאַלטן. אַ מלוכה קען לאַנג נישט אָנגײן אָנװענדנדיק אַזעלכע מיטלען. איך רעד נישט פּראַקטיש (עס קען גרײַלעך געמאָלט זײַן אַז אַ מלוכה קען דװקא יאָ אַזױ אָנגײן) נאָר פּרינציפּיעל. אַזאַ מלוכה טאָר נישט לאַנג עקזיסטירן, פּונקט אַזױ װי די אַמעריקאַנער מלוכה, װאָס זעצט אײַן מיליאָנען אין תּפֿיסות און פֿאַרכאַפּט קינדער־פּליטים אויף דער גרענעץ, גראָבט אַלײן אונטער איר זכות־הקיום.

דאַרף מען זיך נעמען צו דער ערשטער פֿראַגע. אױב די איצטיקע ייִדישע מלוכה באַעוולט מיליאָנען אײַנװױנער, איז אפֿשר דאָ נאָך אַן אופֿן אױפֿצוהיטן די ייִדישע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער מדינה, אָן פֿאַרװיקלט צו װערן אין אַן עטנאָצענטרישן קאָשמאַר? די אָקופּאַציע איז לאַװ־דװקא אַ רעזולטאַט פֿון דער איצטיקער מלוכה, מע קען זיכער טעאָרעטיש זיך אױסמאָלן אַ ציוניזם װאָס איז זיך נישט סומך אױף דער אונטערדריקונג פֿון אַ צװײטן פֿאָלק.

דאַרף מען, הײסט עס, פֿרעגן, אױב מע קען אױפֿהיטן די ספּעציפֿיש ייִדישע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער מלוכה אָן צו אָקופּירן יענעם. װאָס זײַנען טאַקע יענע אַספּעקטן? זײ פֿאַלן, צום װײניקסטן, אונטער צװײ קאַטעגאָריעס: פּאָליטישע און קולטורעלע.

צום ווייניקסטן, דאַרף אַ ייִדישע פּאָליטישע קערפּערשאַפֿט דינען װי אַן אָפּרוף אױף, אָדער אַ טײלװײַזיקע לײזונג צו, דער פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטיזם.

דער ברײטערער פּאָליטישער צוגאַנג איז אַ פֿולער פֿאַרשטאַנד פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמיִע: די געלעגנהײט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק זיך אױסצולעבן אױף דער אינטערנאַציאָנאַלער בינע װי אַנדערע פֿעלקער. נאָר װאָס זײַנען טאַקע די פּאָליטישע אַראַנזשירונגען װאָס זײַנען צום מערסטנס פּאַסיק, אױסצודריקן די ייִדישע אױטאָנאָמיע, אָן צו אָקופּירן אָדער אונטערדריקן אַ צװײט פֿאָלק?

טייל דענקערס לייגן פֿאָר אַזאַ אָפּציע: מע זאָל אױספֿירן אַ ייִדישע אױטאָנאָמיע נישט אין אַ מלוכה, נאָר אין אַ קלענערן פֿאַרנעם, װי צום בײַשפּיל אין אַ פּראָװינץ אָדער טעריטאָריע. אין פֿאַרשיידענע טיילן וועלט האָט מען שוין געפּרוּווט אַדורכפֿירן אַ ייִדישע פּראָווינץ. אַזעלכע פּרוּוון זײַנען לרובֿ באַוווּסט ווי הוילע דורכפֿאַלן.

אויב די פּאָליטישע אַלטערנאַטיוון זײַנען נישט געראָטן פֿאַר די, וואָס האַלטן פֿון ייִדישער אומאָפּהענגיקייט, זײַנען אפֿשר פֿאַראַן אָפּציעס וואָס וואָלטן כאָטש אויפֿגעהיט אַ מאָס קולטור־אויטאָנאָמיע?

די תּשובֿה איז אָפּהענגיק פֿון אונדזערע קולטור־פֿאַרלאַנגען. כאָטש די אַמעריקאַנער סבֿיבֿה איז הײַנט אױסערגעװײנטלעך שאַפֿעריש אין פֿאַרשײדנערלײ אַספּעקטן, ווי אויך אין אייראָפּע, פֿאַרגלײַכט זיך דאָס אַלץ נישט מיט דער ישׂראל־קולטור, וווּ אַלץ באַשאַפֿן אויף עבֿרית איז במילא אויך טייל פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער קולטור.

עס קען זײַן, אַז קיין לייזונג איז נישטאָ וואָס זאָל סײַ שטיצן די קולטורעלע צי פּאָליטישע אויטאָנאָמיע, סײַ אַרויסשלעפּן זי פֿונעם בלוטיקן זומפּ פֿון דער נאַציאָנאַליסטישער אָקופּאַציע.

ווי אַזוי גייט מען אַרויס פֿון מצרים אָן צו שטערן די מיצרים? ווי באַזיגט מען המנען אָן דעם טויט פֿון די אומשולדיקע פּערסיער?

מוזן מיר אַרבעטן סײַ פֿון אינעווייניק, סײַ פֿון דרויסן, פּרוּוונדיק איבערצומאַכן ווי נישט איז די עקזיסטירניקע פּאָליטישע סטרוקטורן, אָן אַ קלאָרן סוף אין זינען. דאָס הייסט אָבער אַז קיין פּראַקטישע סטראַטעגיעס קען מען נישט אויסשליסן. מע קען דורך אַגיטירן און בויקאָטירן אפֿשר זיך דערשלאָגן צו אַ מלוכה וואָס פֿאַרקערפּערט אויטאָנאָמיע, נישט אויף יענעמס חשבון.