דער הײַנטיקער שבת פֿאַלט אויס דעם ערשטן טאָג פּסח — אַ מין געבוירן־טאָג פֿונעם גאַנצן באַפֿרײַטן ייִדישן פֿאָלק. דעם זעלבן טאָג איז אויך געבוירן געוואָרן דער באַרימטער ווילנער גאון, רבי אליהו בן שלמה־זלמן. זײַענדיק איינער פֿון די סאַמע באַרימטע ליטוואַקעס, בלײַבט ער באַקאַנט ווי אַן אורפֿאָטער פֿון דער ליטווישער שיטה אין ייִדישקייט.
דער ווילנער גאָון (1720-1797) איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף סיאַליעץ, בריסקער געגנט. הײַנט איז עס אַ קליין ווײַסרוסיש שטעטל מיט 860 תּושבֿים; ווײַסרוסלאַנד מעג אים אויך באַטראַכטן ווי אַן אייגענעם. מיט אַ מלמד האָט דער צוקונפֿטיקער גאָון געלערנט בלויז ביז 7 יאָר. ס׳זעט אויס, אַז ער האָט אַפֿילו קינדווײַז געהאַט אַן אומאָפּהענגיקע נאַטור. אַחוץ דעם טראַדיציאָנעלן תּורה־לערנען האָט ער אַליין אָנגעהויבן שטודירן אַסטראָנאָמיע און מאַטעמאַטיק. קבלה האָט ער אָנגעהויבן לערנען אומגעוויינטלעך יונג — צו 9 יאָר.
ווי אַ 20־יאָריקער יונגערמאַן האָט ער באַלד נאָך דער חתונה זיך געלאָזט וואַנדערן איבער אייראָפּע. אין בערלין, פּראָג, אַמסטערדאַם און אַ ריי פּוילישע שטעט האָט ער זיך באַקענט סײַ מיט די גרעסטע רבנים, סײַ ווײַטער שטודירט וועלטלעכע חכמות. אין 1745 האָט ער זיך באַזעצט אין ווילנע און זיך קונה־שם געווען ווי אַ גוואַלדיקער חכם מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿישן זכּרון.
להיפּוך צום לעבן־שטייגער פֿון ס׳רובֿ משׂכּילים, האָט דער ווילנער גאָון געפֿירט אַן איזאָלירט אַסקעטיש לעבן: געזעסן די גאַנצע צײַט אין שטוב, געשלאָפֿן יעדן מעת־לעת בלויז אַ פּאָר שעה, געהיט די שטרענגסטע חומרות. פֿון דעסט וועגן, צוליב זײַן סימפּאַטיע צו וועלטלעכע שטודיעס, האָבן אים אַ סך רוסישע משׂכּילים באַטראַכט ווי אַ פֿאָרלויפֿער פֿון זייער שיטה. אַזוי ווי הרבֿ שמשון־רפֿאל הירש און אַנדערע שפּעטערדיקע דײַטשישע רבנים, האָט דער ווילנער גאָון געגלייבט, אַז די נאַטירלעכע וויסנשאַפֿט איז נייטיק ווי אַ מיטל צו פֿאַרשטיין בעסער די תּורה־הקדושה און צו זײַן אַ בעסערער מענטש. אין זײַנע פּסקי־דינים האָט ער זיך באַצויגן כּמו־וויסנשאַפֿטלעך. נישט זעלטן פּסקנט ער קעגן די אָנגענומענע פֿאָלקס־מינהגים, אויב זיי קומען אין סתּירה מיט דער טעאָרעטישער הלכה־לאָגיק. אין דעם זינען, איז דער ווילנער גאָון אויך געווען אַ פֿאָרלויפֿער פֿון דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט דעם ווילנער גאָונס געשלאָסן אַסקעטיש לעבן זיך אָפּגעשלאָגן אין דער שטרענגער שיטה פֿון זײַנע תּלמידים, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין ירושלים און געשאַפֿן דאָרטן די באַוועגונג פֿון „פּרושים‟, מיט וועלכער ס׳איז היסטאָריש פֿאַרבונדן דער ליטווישער סעקטאָר פֿון נטורי־קרתּא.
אינעם ווילנער גאָונס פּירושים אויף תּנ״ך, גמרא און מדרשים שפּירט זיך אָפֿט אַ שטאַרקע מיסטישע טענדענץ. ער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצע ריי קבלה־ספֿרים, אייגענע ווערק און טיפֿע קאָמענטאַרן צו אַזעלכע קלאַסישע ספֿרים, ווי דער זוהר, תּיקוני־זוהר און ספֿר־יצירה. אַדרבה, להיפּוך צו די איצטיקע מאָדערנע אָרטאָדאָקסן און ס׳רובֿ ליטווישע חרדים, האָט ער געשטעלט גאָר אַ שטאַרקן טראָפּ אויף קבלה. ווי אַ גרויסער פּוסק און מקובל, בלײַבט ער אַ שטאַרק פּאָפּולערע פֿיגור בײַ די הײַנטיקע חרדים. אַפֿילו אין ס׳רובֿ הײַנטיקע חסידישע קרײַזן, נישט געקוקט אויפֿן ווילנער גאָונס טרויעריק־באַרימטן חרם קעגן די חסידים, באַציט מען זיך צו זײַן גײַסטיקער ירושה מיט גרויס דרך־ארץ.
צוליב זײַן פֿילזײַטיקער פּערזענלעכקייט פּאַסירן צו מאָל טשיקאַווע מעשׂיות. אין צוויי חסידישע ספֿרים־קראָמען אין ניו־יאָרק האָב איך געטראָפֿן דעם ווילנער גאָונס ספֿר „איל משולש‟ אין דער קבלה־סעקציע. אין דער אמתן, איז עס גאָר אַ לערנבוך פֿאַר עלעמענטאַרער מאַטעמאַטיק.
אין די הײַנטיקע ליטווישע ישיבֿות איז פֿאַרשפּרייט די מעשׂה, אַז דער גאָון האָט, כּלומרשט, אָנגעשריבן דעם דאָזיקן ספֿר אין בית־כּסא, כּדי אָפּצוּווענדן זײַנע מחשבֿות אינעם שמוציקן אָרט פֿון דבֿרי־תּורה. דאָס איז נישט אמת. דער ווילנער גאָון שרײַבט בפֿירוש אין זײַן הסכּמה צו דער לשוןּ־קודשדיקער איבערזעצונג פֿונעם קלאַסישן גריכישן מאַטעמאַטיקער עווקליד, אַז מיט דער הילף פֿון וועלטלעכע חכמות קאָן מען פֿאַרשטיין די תּורה „אויף הונדערט מדרגות בעסער‟. ער האָט אויך שטודירט מעכאַניק, ביאָלאָגיע, געאָגראַפֿיע און מוזיק.
מעדיצין האָט ער אָבער דווקא נישט געלערנט. זײַן טאַטע, דער ווילנער רבֿ משה קרעמער, האָט אים געבעטן עס נישט צו טאָן. דער טאַטע האָט מורא געהאַט, אַז אַנשטאָט תּורה־לערנען וועט זײַן זון זיך פֿאַרנעמען צו פֿיל מיט דאָקטערײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.