פֿינעף הונדערט יאָר ייִדישע פּאָעזיע געשאַפֿן פֿון פֿרױען

Five Centuries of Yiddish Poetry, Written by Women


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 18, 2019.

„קול אישה: די פֿרױען־שטים אין דער ייִדישער פּאָעזיע‟ פֿון דער פּױלישער ליטעראַטור־פֿאָרשערין יאָאַנאַ ליסעק איז אַן אַרומנעמיקע און פּרטימדיקע געשיכטע פֿון דער ייִדישער פֿרױען־דיכטונג פֿונעם זעכצנטן יאָרהונדערט ביז 1939. ווי נאָר מען נעמט אָט דעם װאָגיקן, העכער װי זיבן־הונדערט־זײַטיקן באַנד אין די הענט אַרײַן און מע בלעטערט עס דורך, זעט מען בפֿירוש, אַז דאָס איז אַ יוצא־דופֿנדיקער אױפֿטו פֿון דער ליטעראַריש־היסטאָרישער װיסנשאַפֿט. דערצו נאָך איז דאָס אײנער פֿון די שענסטע מוסטערן פֿון טיפּאָגראַפֿישער קונסט, װאָס לאָזט זיך אפֿשר פֿאַרגלײַכן בלױז מיט אפֿרת גל־עדס דײַטשישער ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער. אױף ענגליש זײַנען עד־היום קײן פֿאָרשונגען פֿון אַזאַ שניט נאָך ניטאָ, סײַ װאָס שײך דעם פֿאַרנעם און סײַ װאָס שײך דעם אױסזען.

דאָס בוך האָט אַ טאָפּלטן צװעק. עס באַקענט דעם ברײטן פּױלישן עולם מיט אַ װיכטיקן טײל פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, װאָס װערט דערצײלט פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דער מאָדערנער פֿעמיניסטישער טעאָריע. פֿאַרן אַקאַדעמישן לײענער, װאָס איז באַהאַװנט אין ייִדיש, שטעלט דאָס בוך פֿאָר אַן אײגנאַרטיקע קאָנצעפּציע פֿון דער ייִדישער פֿרױען־דיכטונג. אַ היפּשע מעלה פֿונעם בוך זײַנען די נײַע אַרכיװאַלע מאַטעריאַלן און דאָקומענטן.

די ערשטע טײלן באַקענען דעם לײענער מיטן אַלגעמײנעם מצבֿ פֿון דער פֿרױ אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט. די מחברטע לאָזט „דערהערן דעם קול אישה‟ אין די ערשטע האַנט־געשריבענע שפּורן, װאָס פֿרױען האָבן צומאָל איבערגעלאָזט אױף די ראַנדן פֿון ספֿרים. פֿון די דאָזיקע געגראַמטע שורות קענען מיר זײערע נעמען און געװיסע פּרטים פֿון זײער לעבן. אַן אַנדער קװאַל פֿון דער פֿרױען־דיכטונג איז פֿאָלקלאָר, אָבער דאָ זײַנען די מחברטעס פֿאַרבליבן אַנאָנים.

די ערשטע פֿולקומע ייִדישע דיכטערינס באַװײַזן זיך ערשט צום סוף פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. די ערשטע אַזאַ העלדין פֿונעם בוך איז ראָזע גאָלדשטײן (1870 - אומבאַקאַנט). די פּובליקאַציע פֿון אירע לידער אין דער פּעטערבורגער צײַטונג „ייִדישעס פֿאָלקס־בלאַט‟ אין 1888 האָט „געעפֿטנט אַ נײַע תּקופֿה אין דער ייִדישער דיכטונג פֿון פֿרױען‟. דאָס איז געװען די צײַט פֿון דער נאַציאָנאַלער אױפֿלעבונג אױף דער ייִדישער גאַס. די ייִדישע ליטעראַטור האָט געזוכט נײַע דרכים און די שטימען פֿון פֿרױען האָבן אױך געפֿונען אַן אײגן, זײער באַשײדן, אָרט אינעם דאָזיקן נאַציאָנאַלן כאָר. ליסעק איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די פֿרױיִשע מאָטיװן און טעמעס אין דער דאָזיקער דיכטונג. זי געפֿינט זײ אין די לידער פֿון זעלדע קניזשניק, פּערל פּרילוצקט און יהודית (רחל בערנשטײן), װאָס טרעטן אַרױס אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

די אױפֿבלי־תּקופֿה פֿון פֿרױען־פּאָעזיע האָט זיך אַנטפּלעקט צװישן בײדע װעלט־מלחמות. לויט ליסעק געפֿינען זיך די ייִדישע ליטעראַרישע צענטערס פֿון יענער תּקופֿה אין װאַרשע, לאָדזש און לעמבערג; אױפֿן צװײטן אָרט — אַמעריקע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אײנצלנע לידער פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס װערן באַהאַנדלט אינעם ברײטערן קולטורעלן קאָנטעקסט פֿון זײער צײַט. ליסעק באַקענט דעם לײענער אױך מיט קריטישע סיכסוכים אַרום דעם ענין פֿון פֿרױען אין דער ליטעראַטור, װאָס לאָזן דערפֿילן דעם טעם פֿון דער תּקופֿה. דעם װיכטיקסטן אָרט פֿאַרנעמט דאָ, נאַטירלעך, עזרא קאָרמאַנס באַרימטע אַנטאָלאָגיע „ייִדישע דיכטערינס‟, װאָס דינט סײַ װי אַ מקור פֿאַר לידער און אינפֿאָרמאַציע, און סײַ װי אַן אָביעקט פֿון קריטיק.

דער קולטור־היסטאָרישער קאָנטעקסט לאָזט בעסער פֿאַרשטײן און אָפּשאַצן די װערק פֿון אַזעלכע דיכטערינס, װאָס האָבן שפּעטער פֿאַרלאָזט פּױלן און זיך קונה־שם געװען אין אַמעריקע אָדער ארץ־ישׂראל, װי למשל קאַדיע מאָלאָדאָװסקי אָדער ריקודה פּאָטאַש. מחוץ די דאָזיקע און אַנדערע גוט־באַקאַנטע נעמען, װי מרים אולינאָװער, רחל קאָרן און אַנאַ מאַרגאָלין, וואָס וועגן זיי קען מען שוין געפֿינען פֿאָרשערישע אָפּשאַצונגען און אױסטײַטשונגען, דערוויסן מיר זיך דאָ וועגן צװײ אינטערעסאַנטע דיכטערינס, װאָס פֿאַרבלײַבן עד־היום נאָך װײניק באַקאַנט: די אַמעריקאַנערין בערטאַ קלינג און די סאָװעטישע דיכטערין חנה לעװין. ליסעק האָט אַנטדעקט װיכטיקע אַרכיװאַלע קװאַלן, װאָס העלפֿן פֿאַרשטײן דעם אינעװײניקסטן פּאָעטישן געדאַנקענגאַנג פֿון די דאָזיקע צװײ פֿרױען, װעלכע האָבן געלעבט אין גאָר פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע סבֿיבֿות.

צום שלוס פֿאָרמולירט ליסעק דרײַ טעאָרעטישע „מאָדעלן‟ פֿון ייִדישער פֿרױען־דיכטונג. צו דעם ערשטן מין געהערן פּראָגרעסיװע פֿעמיניסטיש־געשטימטע פּאָעטעסעס, װאָס האַלטן מער ניט בײַ די טראַדיציאָנעלע פּאַטריאַרכאַלע יסודות, אָבער לײקענען ניט אָפּ די קולטור־ירושה פֿון זײערע מאַמעס און באָבעס. דאָ געהערן אַזעלכע דיכטערינס װי רחל װערפּינסקי, קאַדיע מאָלאָדאָװסקי און ציליע דראָפּקין.

די צװײטע מאָדעל איז די אַזױ־גערופֿענע „נײַע רחל‟, אַ פֿרומע ייִדישע פֿרױ װאָס שטאָלצירט זיך מיט איר ייִדישקײט און דערבײַ באַטאָנט זי איר פּערזענלעכן „איך‟. בײַשפּילן געפֿינט מען אין דער פּאָעזיע פֿון ראָזע יאַקובאָװיטש און מרים אולינאָװער. און דער דריטער טיפּ איז די נײַע סאָציאַליסטקע, װאָס האַלט זיך פֿאַר אַ גלײַכער מיט מענער אינעם קאַמף פֿאַר דער נײַער געזעלשאַפֿט. אַזאַ זײַנען די סאָװעטישע דיכטערינס חנה לעװין און אַניוטע פּיאַטיגאָרסקי. „קול אישה‟ איז אַ בוך, װאָס איז נױטװענדיק פֿאַר אַלע, װאָס פֿאַרנעמען זיך ערנסט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע, און וואָלט אַבסאָלוט געדאַרפֿט איבערגעזעצט ווערן אױף ענגליש.