אַז מע האָט, ביז לעצטנס, געוואָלט זען אַ ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם פֿון די 1930ער אָדער 1940ער יאָרן, האָט מען זיך געמוזט באַנוגענען מיט ווערסיעס פֿון אַ שוואַכער קוואַליטעט. כאָטש די נײַערע ווערסיעס, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט אין די לעצטע 30 יאָר, זעען אויס אַ סך בעסער ווי די אַמאָליקע, הינקען זיי אויך אַמאָל אונטער אין געוויסע אַספּעקטן, בפֿרט וואָס שייך די אונטערקעפּלעך. די איבערזעצונגען פֿון געוויסע פֿילמען זענען אָפֿט מאָל אַזוי אומגעלומפּערט אַז דער צוקוקער וואָס קען נישט קיין ייִדיש פֿאַרשטייט ניט וואָס קומט פֿאָר אויפֿן עקראַן.
לעצטנס האָט דער ניו־יאָרקער קינאָ־טעאַטער „פֿילם־פֿאָרום‟, בשותּפֿות מיט מיט די קינאָ־פֿירמעס „לאָבסטער פֿילמס‟ און „קינאָ־לאָרבער‟, געלאָזט וויסן, אַז מע וועט ווײַזן זעקס קלאַסישע ייִדישע פֿילמען פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן אין רעסטאַוורירטע נוסחאָות. די פֿילמען, וואָס וועלן צום ערשטן מאָל באַגלייט ווערן מיט פֿולשטענדיקע אונטערקעפּלעך (געשאַפֿן דורכן אַקטיאָר און דראַמאַטורג אַלען לויִס ריקמאַן), וועט מען ווײַזן ווי אַ סעריע מיטן נאָמען „די ייִדישע נשמה.‟
מע וועט ווײַזן די ווײַטערדיקע פֿילמען:
„דער דיבוק‟ — זונטיק, דעם 26סטן מײַ, 3:50 נאָך מיטאָג, מאָנטיק, דעם 27סטן מײַ, 12:30 נאָך מיטאָג, און מיטוואָך, דעם 29סטן מײַ, 2:10 נאָך מיטאָג.
„אַמעריקאַנער שדכן‟ — זונטיק, דעם 2טן יוני, 3:30 נאָך מיטאָג, מיטוואָך, דעם 5טן יוני און פֿרײַטיק, דעם 7טן יוני — 12:30 נאָך מיטאָג.
„איר צווייטע מאַמע‟ — זונטיק, דעם 9טן יוני, 4:10 נאָך מיטאָג, דינסטיק דעם 11טן יוני, 12:30 נאָך מיטאָג און מיטוואָך, דעם 12טן יוני, 2:50 נאָך מיטאָג.
„טבֿיה‟ — זונטיק, דעם 16טן יוני, 3:10 נאָך מיטאָג, און מיטוואָך, דעם 19טן יוני, 12:30 נאָך מיטאָג.
„מיר קומען אָן‟ — זונטיק, דעם 23סטן יוני, 3:05 נאָך מיטאָג, און מיטוואָך דעם 26סטן יוני, 2:10 נאָך מיטאָג.
„דער ווילנער שטאָט־חזן‟ — זונטיק, דעם 30סטן יוני, 1:35 נאָך מיטאָג, און מיטוואָך, דעם 3טן יולי, 12:30 נאָך מיטאָג.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: //filmforum.org/series/the-jewish-soul-classics-of-yiddish-cinema.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.