אַז עס גייט אַוועק דער לעצטער דור ייִדן, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן פֿאַרן חורבן, גייט אויך אַוועק מיט זיי די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון דער ייִדישער שפּראַך. כאָטש מע קען הערן געוויסע שפּראַכיקע אונטערשיידן בײַ די חסידים — צי עמעצער שטאַמט למשל פֿון אַן אונגערישן צי אַ פּוילישן חסידות — ווערן אַזעלכע אַנדערשקייטן אַלץ קלענער מיט יעדן דור. אַז מע באַזוכט, למשל, די טשערנאָבילער חסידים אין באָראָ־פּאַרק, וואָס פֿלעגן אין דער אַלטער היים רעדן אַן אוניקאַלן ייִדישן דיאַלעקט, כּמעט האַלב־ליטוויש, האַלב־אוקראַיִניש, באַמערקט מען דעם טראַדיציאָנעלן אַרויסרעד בלויז בײַ די זקנים. די ייִנגערע טשערנאָבילער חסידים קלינגען די זעלביקע ווי ס׳רובֿ באָראָ־פּאַרקער חסידים.
צום גליק זענען דאָ אומצאָליקע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע דיאַלעקטן און פֿאָרשונגען וועגן זיי, מער ווי גענוג ווײַטער צו פֿאָרשן כּמעט אַלע ייִדישע דיאַלעקטן און אונטער־דיאַלעקטן, אַפֿילו אָן די וואָס רעדן זיי. צווישן די הויפּט־עקספּערטן אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע איז ד׳׳ר הערשל גלעזער, וואָס איז באַקאַנט דעם פֿאָרווערטס־לייענער אַ דאַנק זײַנע פֿאָרשערישע אַרטיקלען וואָס זענען שוין לאַנגע יאָרן דערשינען אין דער צײַטונג. אַ פּראָטעזשע פֿונעם לינגוויסט ד׳׳ר מרדכי שעכטער ז׳׳ל, וואָס איז אויך געווען אַ וועלט־עקספּערט פֿון דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע, איז ד׳׳ר גלעזער דער מחבר פֿון אַ ריי וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס וועגן ייִדישע דיאַלעקטן און אַ מיטרעדאַקטאָר פֿונעם נײַעם ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך, וואָס מע האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון ד׳׳ר שעכטערס פֿאָרשונגען.
זונטיק, דעם 5טן מײַ, פֿון 9 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 6 אַ זייגער אין אָוונט, וועט ד׳׳ר גלעזער אָנפֿירן מיט אַ סעמינאַר אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע. די הויפּטטעמעס פֿון זײַנע רעפֿעראַטן וועלן זײַן די געשיכטע פֿון מיזרח־ און מערבֿ־ייִדיש און זייערע אונטערשיידן; די דיאַלעקטן פֿונעם מאָדערנעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש; דער „סאַמע־צענטער פֿון ייִדישלאַנד‟ און די „געקינצלטע דיאַלעקטן.‟ ד׳׳ר גלעזער וועט זיך איבערהויפּט פֿאָקוסירן אויף די לעקסישע אונטערשיידן פֿון די דיאַלעקטן, דאָס הייסט, וווּ מע האָט למשל, געזאָגט, „דיל‟, וווּ „פּאָדלאָגע‟ און וווּ מע האָט געזאָגט „פּאָל‟ און „בריק‟. דערבײַ וועט ער דערקלערן ווי אַזוי די אונטערשיידן אין דיאַלעקט ווירקן נאָך אַלץ אויף דער הײַנטיקער ייִדישער שפּראַך.
דער סעמינאַר ווערט אָרגאַניזירט דורך דער „ייִדיש־ליגע‟ און וועט פֿאָרקומען אין דער שיל „אַנשי־חסד‟ (251 וועסט 100סטע גאַס, מאַנהעטן). דער פּרײַז איז 45$ פֿאַר מיטגלידער פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟, 30$ פֿאַר סטודענטן און 70$ פֿאַרן ברייטן עולם. די וואָס ווילן אָנטיילנעמען אינעם סעמינאַר קענען זיך פֿאַרשרײַבן ביזן 3טן מײַ.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: //www.leagueforyiddish.org/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.