איז ייִדישקייט אַ ווײַבלעכע טראַדיציע?

Is Judaism a Feminine Tradition?

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 07, 2019.
ד׳׳ר דניאל באָיאַרין און „אַ מאַמע מיט אַ קינד‟, פֿון מאַרק שאַגאַל
Yoel Matveyev
ד׳׳ר דניאל באָיאַרין און „אַ מאַמע מיט אַ קינד‟, פֿון מאַרק שאַגאַל

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די פּרעסע איבערגעגעבן די שאָקירנדיקע ווערטער פֿון צוויי ארץ־ישׂראלדיקע רבנים, אליעזר קשתּיאל און גיורא רעדלער, וועלכע האָבן פֿאַרטיידיקט ראַסיזם; פּאָזיטיוו באַטראַכט היטלערס נאַצי־אידעאָלאָגיע; געשילדערט הומאַניזם און פּלוראַליזם ווי „דער אמתער חורבן‟. ביידע טוער גרייטן צו יונגע צה״ל־סאָלדאַטן אין דער מיליטערישער ישיבֿה „בני דוד‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם ייִשובֿ עלי אויפֿן מערבֿ־ברעג.

איין מאָמענט אין הרבֿ רעדלערס שיעור האָט אָבער די פּרעסע פֿאַרקוקט. ער האָט געטענהט, אַז לויט היטלערס אייגענער אידעאָלאָגיע איז דער נאַצי־פֿירער געווען, חס־ושלום, גערעכט אין זײַן שׂינאה צו דער „ווייכער, ווײַבלעכער, מאָראַלישער וועלט, וווּ מע שטעלט אונטער די צווייטע באַק‟.

שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז די טראַדיציאָנעלע ייִדישע געזעלשאַפֿט אַ „מענערלעכע‟ — אַן אַקטיווע און אַפֿילו אַן אַגרעסיווע, צי אַ „ווײַבלעכע‟ — אַ שטילע, פּאַסיווע און פֿאַרגיביקע? איז אין אונדזער מסורה פֿאַראַן אַן אָרט פֿאַרן „אונטערשטעלן די צווייטע באַק פֿאַרן פּאַטש‟ און פֿאַרגיביקייט ווי אַ מיטל צו לייזן קאָנפֿליקטן?
די גרויסע ראָלע פֿון רבנים און דעם ישיבֿישן תּורה־לערנען אינעם ייִדישן לעבן זעט אויס ווי אַ סימן פֿון אַ מענערישער קולטור. נישט זעלטן האָבן אין דער ייִדישער געשיכטע אויפֿגעפֿלאַקערט גאַנץ שאַרפֿע, אַגרעסיווע סיכסוכים צווישן פֿאַרשיידענע רבנים און גאַנצע גרופּעס פֿון זייערע שטיצער. אין דער זעלבער זײַט, האָט בײַ ייִדן — לכל־הפּחות אין מיזרח־אייראָפּע — געהערשט אַ מין מאַטריאַרכאַט: מאַמעס און ווײַבער האָבן געהיט די פֿאָלק־מינהגים און בעל־הבתּעוועט אין די משפּחה־ענינים.

ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז ווײַט נישט אַלע הײַנטיקע פֿאָרשער פֿון מין („דזשענדער‟)־ענינים זענען מסכּים, אַז דער עצם־חילוק צווישן מענערלעכקייט און ווײַבלעכקייט איז מער ווי אַ רעלאַטיווער דמיון. יעדער מענטש טראָגט אין זיך עלעמענטן פֿון ביידע. פֿון דעסט וועגן, ווערט ווײַבלעכקייט אין דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט, בדרך־כּלל, אַסאָציִיִרט מיט דער פּאַסיוו־פֿאַרגיביקער אויפֿפֿירונג.

פּראָפֿ׳ דניאל באָיאַרין, אַ פֿרומער ייִד, אַ תּלמיד־חכם און איינער פֿון די גרעסטע מומחים אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש־קריסטלעכע באַציִונגען, דערקלערט אין זײַנע פֿאָרשונגען און שמועסן, אַז אין ייִדישקייט איז פֿאַראַן דווקא אַ שטאַרקער ווײַבלעכער עלעמענט. דער דאָזיקער טעמע, אין שײַכות מיט דער קאָמפּליצירטער באַציִונג צווישן ייִדישקייט און פּסיכאָאַנאַליז, איז געווידמעט זײַן בוך „אומהעלדישע אויפֿפֿירונג‟. דורך פֿאַרשיידענע בײַשפּילן ווײַזט ער, אַז אַפֿילו די מענערישע רבנים־קולטור איז בײַ ייִדן דורכגעזאַפּט מיט „ווײַבלעכקייט‟. אַנשטאָט צו קריגן זיך מיטן שׂונא, פּרוּוון ייִדן צו לייזן די קריגערײַען דורך פֿרידלעכע, פּלוראַליסטישע, נאָכגיביקע פּשרות.

הגם דער געדאַנק „צו שטעלן דעם שׂונא די צווייטע באַק‟ ווערט פֿעסט אַסאָציִיִרט מיט דער קריסטלעכער רעליגיע, איז ער מיט אַנדערע ווערטער אויך באַקאַנט אין דער ייִדישער טראַדיציע — לאַוו־דווקא ווי אַן אַלגעמיינער טעאָרעטישער פּרינציפּ, נאָר גיכער ווי אַ פּערזענלעכער דרך פֿון צדיקים און מיסטיקער. למשל, רבי חיים וויטאַל, דער עיקר־תּלמיד פֿון גרויסן מקובל אַריז״ל (יצחק לוריא), גיט אין זײַן ספֿר „שערי קדושה‟ אַן עצה צו פֿאַרגיבן אַלע עוולות און צו זוכן בכּיוון בזיונות פֿאַר זיך, ווי אַ מעכטיקן מיטל פֿאַרן תּיקון־נשמה.

אַ גרויסער טייל פֿונעם קלאַסישן ספֿר „שומר אמונים‟ פֿון רבי אַהרן ראָט, דעם גרינדער פֿון דער ירושלימער חסידישער חבֿרה „תּולדות־אַהרן‟, איז געווידמעט דער טעמע פֿון פֿאַרגיביקייט, גרייטקייט מקבל צו זײַן אויף זיך בזיונות און אומצוקומען על־קידוש־השם. דער ספֿר איז אָנגעשריבן געוואָרן בעת דער מלחמה, אין 1942. דער מחבר האָט גאַנץ גוט געוווּסט, אויף וואָס עס טויג הילטערס פֿאַרדאָרבענע אידעאָלאָגיע.

פֿאַרשטייט זיך, האָבן די העלדישע אויפֿשטענדלער אין דער וואַרשעווער געטאָ און די ייִדישע פּאַרטיזאַנער ריכטיק געטאָן. אין אַלגעמיין איז אָבער דער קולט פֿון גוואַלד־כּוח און העלדישקייט לשם העלדישקייט גאַנץ פֿרעמד דעם נאָרמאַלן ייִדישן שטייגער לעבן. אַדרבה, באָיאַרין גלייבט, אַז אַ דאַנק דער ייִדישער השפּעה אויף דער קריסטלעכער רעליגיע האָט די רוימישע ציוויליזאַציע פֿאַרשטאַנען, אַז אַ חשובֿער מאַן מוז נישט זײַן אַ זעלנער. צום באַדויערן, האָבן אָבער אַ סך קריסטן במשך פֿון דורות אָפּגעטײַטשט זייער דת אויף אַן אַגרעסיוון, „מענערישן‟ אופֿן.

באָיאַרין, אַ קריטיקער פֿון ציוניזם, איז אויך אַ שעצער און שטיצער פֿון ייִדיש. צו זײַנע באַלערנדיקע מין־פֿאָרשונגען קאָן מען צוגעבן דעם פּשוטן פֿאַקט, אַז ייִדיש איז דאָך באַקאַנט נישט ווי אַ פֿאָטערשפּראַך, נאָר דווקא ווי אַ מאַמע־לשון.

שײַכותדיקע אַרטיקלען:

//yiddish.forward.com/articles/195508/yiddish-and-postmodern/