זונטיק, דעם 19טן מײַ, 1:30 נאָך מיטאָג, וועט ד׳׳ר יודזשין אָרענשטיין האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „דער רעוואָלוציאָנערער שרײַבער אַ. ווײַטער: צום 100סטן יאָרצײַט.‟
די אונטערנעמונג קומט פֿאָר אינעם „שלום־עליכם־צענטער‟ אין בראָנקס, ניו־יאָרק, און דער אַרײַנגאַנג איז בחינם פֿאַר מיטגלידער פֿונעם צענטער; 5$ פֿאַרן ברייטן עולם.
אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט אויפֿטרעטן די זינגערין אַדה־רבֿקה העטקאָ.
אַ. ווײַטער (פֿון דער היים: אײַזיק מאיר דעווענישקי) איז געווען אַ פּיאָנער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך אַ וויכטיקער אַקטיוויסט און טעאָרעטיקער אין די ערשטע יאָרן פֿונעם „בונד‟.
צוזאַמען מיט שמואל ניגער און שמריהו גאָרעליק איז ער געווען אַ מיטגרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם „ליטעראַרישן מאָנאַטשריפֿט‟, דער ערשטער זשורנאַל געווידמעט דער ליטעראַטור־קריטיק אויף מאַמע־לשון. ער איז אויך געווען דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם קלעצקין־פֿאַרלאַג, דעמאָלט דער חשובֿסטער פֿאַרלאַג פֿאַר נײַער ליטעראַטור אויף ייִדיש. ווי אַ דראַמאַטורג האָט ער באַשריבן זײַן דור ייִדישע רעוואָלוציאָנערן, וואָס זענען צוליבן דורכפֿאַל פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905 פֿאַרייִאושט געוואָרן. פֿאַר זיי האָט אַ. ווײַטער געראָטן, מע זאָל אַנשטאָט פּרובירן דורכצופֿירן אַ פּאָליטישע רעוואָלוציע, אויפֿבויען אַ נײַע נאַציאָנאַלע קולטור אויף ייִדיש.
אין 1912 האָט מען אים פֿאַרשיקט קיין סיביר אויף דרײַ יאָר. נאָכן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער צוריקגעפֿאָרן קיין ווילנע. צו יענער צײַט זענען די סאָוועטן געווען בײַ דער ממשלה און זיי האָבן דערלויבט, אַז מע זאָל אָנהייבן שולן און צײַטונגען אויף מאַמע־לשון. האָט אַ. ווײַטער זיך אַרײַנגעטאָן מיט לײַב און לעבן אין דער דאָזיקער קולטור־אַרבעט.
אין אַפּריל 1919 האָבן די פּאָליאַקן אַרײַנמאַרשירט אין ווילנע און אָנגעהויבן זיך נוקם צו זײַן אין די, וועמען זיי האָבן געמיינט זענען געווען פּראָ־סאָוועטיש, איבערהויפּט — די ייִדן. דעם 19טן אַפּריל זענען פּוילישע סאָלדאַטן אַרײַן אינעם הויז פֿון שמואל ניגער, וווּ אַ. ווײַטער האָט געוווינט. מע האָט אים אַרויסגעשלעפּט פֿונעם הויז און גלײַך דערשאָסן. זײַן מאָרד איז אין גיכן געוואָרן אַ סימבאָל פֿאַר פּוילישע ייִדן בכלל, און דער פּויליש־ייִדישער אינטעליגענץ בפֿרט, פֿון זייער אומזיכערן מצבֿ אין לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.