זכרונות װעגן אימיגראַציע זײַנען אַן אַלטער און פּאָפּולערער זשאַנער סײַ אין דער אַמעריקאַנער און סײַ אין דער ייִדישער ליטעראַטור. צװישן די סאַמע באַקאַנטע מוסטערן איז שלום־עליכמס „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟, װאָס דערצײלט װעגן דעם לאַנגן װעג פֿון קאַסרילעװקע, אוקראַיִנע קײן מאַנהעטן אין די ערשטע יאָרן פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.
אַן ענלעכן מאַרשרוט האָבן זינט דעמאָלט דורכגעמאַכט הונדערטער טױזנטער ייִדישע משפּחות. צװישן זײ — די משפּחה פֿישמאַן, װאָס האָט עמיגרירט פֿון מינסק קײן אַמעריקע אין 1988, בערך אַכציק יאָר נאָך מאָטלס נסיעה.
מאָטל איז געװען אַרום נײַן יאָר אַלט, און פּונקט אין אַזאַ עלטער איז אױך געװען באָריס, דער מחבר פֿון „אַ װילדע סעודה: זכרונות מיט רעצעפּטן‟. פֿישמאַן געהערט צו דעם דור שרײַבער פֿון רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם, װאָס האָבן זיך קונה־שם געװען אין דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. זײ האָבן אַרײַנגעבראַכט נײַע אײגנאַרטיקע פּערסאָנאַזשן און פֿאַרוואַנדלט אימיגראַציע ווי אַ פֿרישע און לעבעדיקע טעמע. זײערע העלדן זײַנען אױף אײביק שטעקן געבליבן צװישן צװײ װעלטן. זײערע רוסישע עלטערן האַלטן זײ פֿאַר אַמעריקאַנער, און פֿאַר די הי־געבױרענע אַמעריקאַנער זײַנען זײ רוסן. דװקא אַזאַ צװישנדיקער מצבֿ באַזאָרגט זײ מיט רײַכן שטאָף פֿאַר אַ לעבעדיקן און אָפֿטמאָל קאָמישן סיפּור־המעשׂה.
פֿישמאַן איז געפֿאַלן אױף אַן אָריגינעלער שעפֿערישער המצאָה. זײַנע זכרונות האָט ער צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט רעצעפּטן פֿון רוסישע, ייִדישע און אוקראַיִנער מאכלים, װאָס מען האָט געגעסן בײַ אים אין דער משפּחה אין דער אַלטער — און אין דער נײַער — הײם. זײַן זכּרון האָט אָפּגעהיט מאכלים װי אַ שליסל צו אַנדערע זכרונות. יעדער עפּיזאָד אין זײַן בוך נעמט אַרײַן דאָס עסן, און אַלע קאַפּיטלען װערן באַזאָרגט מיט פּרטימדיקע רעצעפּטן פֿאַר קאָכן (מיט אַ סך חזיר־פֿלײש און אַנדערע טריפֿענע זאַכן, װאָס מען האָט ליב געהאַט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד). עסנװאַרג איז געװען קנאַפּ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און דערפֿאַר האָט מען עס געשאַצט זײער הױך. דער צוטריט צו גוטע פּראָדוקטן און טײַערע מאכלים איז געװען אַ סימן פֿון אַ הױכן פּרעסטיזש אין אַ געזעלשאַפֿט, װוּ טעאָרעטיש זײַנען אַלע בירגער געװען גלײַך.
דער חילוק צװישן די, װאָס האָבן געגעסן גוט און אַלע אַנדערע איז געװען בולט פֿאַר באָריסן פֿון קינדװײַז אָן. דעם טאַטנס צד איז געװען אָרעם, איז זײער עסן געװען קאַרג און פּראָסט. אָבער זײַן מאַמעס משפּחה האָט גענאָסן פֿון די סאַמע געשמאַקע מאכלים. דורך עסן אַנטפּלעקט פֿישמאַן די אינעװײניקע מעכאַניק פֿונעם סאָװעטישן לעבנס־שטײגער. דער טאַטע איז געװען אַ פּשוטער אַרבעטער, די מאַמע — אַ לערערין פֿון כעמיע, און דער זײדע — אַ פּאַרוק־מאַכער. און דװקא דער דאָזיקער זײדע האָט געקענט צוגרייטן אַלץ, װאָס מען האָט געדאַרפֿט. ער איז געװען אַ שטיקל „מאַכער‟ מיט אַ ברײטער נעץ פֿון פֿאַרבינדונגען. דאָס איז געװען אַ טיפּ, װאָס איז ניט געװען קײן יוצא־דופֿן אין דער סאָװעטישער צײַט, װען עס האָט געהערשט אַ דוחק אױף אַלע מינים סחורה.
פֿישמאַן שילדערט אַ לעבעדיק בילד פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין מינסק, װאָס זײַנען געװען גאַנץ אַנדערש פֿון מאָטלס אָרעמער קינדהײט אין כּתרילעװקע. דאָס לעבן האָט זיך געדרײט אַרום עסן און דעם קריגן גוטע זאַכן. אין 1979, װען ער איז געבױרן געװאָרן, האָט די משפּחה באַשלאָסן צו עמיגרירן. אָבער אינעם לעצטן מאָמענט האָבן זײ זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם פּלאַן, װײַל זײ האָבן מורא באַקומען, אַז מען װעט זײ ניט אַרױסלאָזן פֿון לאַנד. אַזױ אַרום זײַנען זײ פֿאַרבליבן ביז 1988, װען אַ נײַע כװאַליע ייִדישע אימיגראַנטן האָט זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן.
די משפּחה פֿישמאַן האָט ניט פֿאַרלאָזט דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד צוליב פּאָליטישע סיבות. װי באָריס דערקלערט, זײַנען זײ געװען אַ טײל פֿון דער אַזױ־גערופֿענער „װוּרשט־עמיגראַציע‟, װאָס איז געפֿאָרן מעבֿר־לים נאָך אַ בעסערן לעבן. אָפֿיציעל האָבן זײ אָבער געהערט צו דער קאַטעגאָריע פֿון פּאָליטישע פּליטים, און כּדי צו קומען קײן אַמעריקע האָבן זײ געדאַרפֿט דערװײַזן, אַז זײ האָבן טאַקע יאָ געליטן פֿונעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם.
װען די אַמעריקאַנער קאָנסולין האָט בעתן אינטערװיו טאַקע געהאַט ספֿקות, האָט דװקא דער יונגער באָריס געראַטעװעט די משפּחה. ער האָט זיך פּלוצעם דערמאָנט, װי קינדער האָבן אים געשלאָגן אין שול װײַל ער איז געװען אַ ייִד, און די לערערין האָט אים ניט געהאָלפֿן. אין דער אמתן, האָט ער זיך מודה געווען, האָט ער די מעשׂה אױסגעטראַכט.
דער ענין פֿון װאָרהאַפֿטיקײט אין זכרונות איז אַ װיכטיקע טעמע אין פֿישמאַנס ערשטן ראָמאַן, „אַ במקום־לעבן‟. דער העלד, אַ יונגער אַמעריקאַנער שרײַבער פֿון רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם, „טראַכט אױס‟ זכרונות װעגן חורבן פֿאַר רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן, כּדי צו העלפֿן זײ קריגן פּענסיעס פֿון דײַטשלאַנד. די דאָזיקע המצאָה איז געקומען פֿונעם העלדס זײדן, אַ מאַכער, װאָס האָט פֿאַרבראַכט די מלחמה־יאָרן אין טאַשקענט. אינעם נײַעם בוך װערט דער דאָזיקער עפּיזאָד ניט דערמאָנט, אָבער עס װערט קלאָר, אַז דער פּראָטאָטיפּ פֿון אָט דעם מאַכער איז טאַקע באָריסעס אײגענער זײדע אַרקאַדי. און דװקא אַרקאַדי איז דער סאַמע אינטערעסאַנטער פּערסאָנאַזש אין „די װילדע סעודה‟.
פֿישמאַן, אַזױ װי זײַנע מיטצײַטלער, גערי שטײנגאַרט, דוד בעזמאָזגיס, קיט געסען, לאַראַ װאַפּניאַר און אַניאַ אוליניטש, זוכט זײַן אָרט אין דער ברײטער אַמעריקאַנער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט. אַזױ אָדער אַנדערש קערן זיך די דאָזיקע מחברים צוריק צו דער דערפֿאַרונג פֿון אימיגראַציע, און זײערע העלדן בלײַבן אױף תּמיד שטעקן צװישן צװײ װעלטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.