שפּראַכן גיבן איבער אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן דעם, ווי אַזוי פֿעלקער האָבן אַמאָל פֿאַרשטאַנען (אָדער דווקא ניט פֿאַרשטאַנען) די וועלט.
ייִדיש פֿאַרמאָגט אויך אַ סך אַזוינע ווערטער און פֿראַזעס, וואָס שפּיגלען אָפּ די השׂגות און אײַנגלײבענישן פֿון די אַלטע דײַטשישע פּאַגאַנער און די אוראַלטע בני־ישׂראל. אַז מע באַטראַכט, למשל, די ווערטער וואָס באַצייכענען די טעג פֿון דער וואָך, זעט מען בולט די השפּעה פֿון די אַלטע גערמאַנישע געטער. זונטיק איז למשל, דער טאָג פֿון דער זון, וואָס מע פֿלעג האַלטן פֿאַר אַ גאָט, און מאָנטיק איז דער טאָג געווידמעט דער לבֿנה (אויף דײַטשיש Mond). דינסטיק איז פֿאַרבונדן סײַ מיטן רוימישן גאָט פֿון מלחמה – מאַרס, סײַ מיטן אַלט־דײַטשישן גאָט Tyr, און דאָנערשטיק שטאַמט פֿונעם וואָרט „דונער‟, וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אַלטן דײַטשישן גאָט, טאָר. די פֿאַרצײַטיקע דײַטשישע פּאַגאַנער האָבן געגלייבט, אַז טאָר באַנוצט זיך אָפֿט מיט אַ ריזיקן האַמער, און דערפֿאַר הערט מען דעם דונער.
בכלל באַטרעפֿן די מעטעאָראָלאָגישע פֿענאָמענען אַ ריזיקן קוואַל פֿון ווערטער און פֿאָלקלאָר. לעצטנס, בעת אַ דיסקוסיע אויף אַ פֿייסבוק־גרופּע געווידמעט שפּראַכן, האָט אַן אַמעריקאַנער דערקלערט, אַז אין געוויסע טיילן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זאָגט מען „דער טײַוול שלאָגט זײַן פֿרוי‟, ווען עס גייט אַ רעגן אין דער זעלבער צײַט, וואָס עס שײַנט די זון. דער דאָזיקער אויסטערלישער אויסדרוק הערט מען מערסטנס אין די דרומדיקע שטאַטן, אָבער קינדווײַז האָב איך אים אויך געהערט אין פֿילאַדעלפֿיע.
ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז ענגליש איז ווײַט ניט די איינציקע שפּראַך מיט אַ מאָדנעם אויסדרוק פֿאַרבונדן מיט דעם פֿענאָמען. אָט זענען געוויסע פֿראַזעס פֿון אַנדערע שפּראַכן, וואָס די באַטײליקטע אין יענער פֿײסבוק־גרופּע האָבן צוגעגעבן:
אַמהאַריש: „די היענע גייט צו קינד‟.
אַראַביש, בענגאַליש, איטאַליעניש: „די וועלף האָבן חתונה‟.
בולגאַריש: „דער טײַוול האָט חתונה‟ אָדער „דער בער האָט חתונה‟.
גרוזיניש: „די זון וואַשט דאָס פּנים‟.
קאָרעיִש: „דער טיגער האָט חתונה‟.
קראָאַטיש: „די ציגײַנער האָבן חתונה‟.
זולו: „די מאַלפּעס האָבן חתונה‟.
שפּאַניש: „אַן אַלמנה האָט חתונה‟.
טאַמיל: „אַ פֿוקס און אַ קראָ האָבן חתונה‟.
הייסט עס, אַז אין אַ סך שפּראַכן ווערט דער פֿענאָמען פֿאַרבונדן מיט דער חתונה, מיטן גײן צו קינד אָדער מיט די זיװג־באַציִונגען.
פֿאַלט מיר אײַן, אַז מסתּמא איִז דאָ אַן ענלעכער אויסדרוק אויף מאַמע־לשון, אָבער מיר איז ניט אויסגעקומען צו געפֿינען אַ ייִדישן עקוויוואַלענט. צי ווייסט איר פֿון איינעם? טאָמער יאָ, שרײַבט מיר אויף kutzik@forward.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.