שלאַנקע שיפֿן דרימלען אויפֿן געשוואָלענעם גרינעם וואַסער.
שוואַרצע שאָטנס שלאָפֿן אויפֿן קאַלטן האַרץ פֿון וואַסער.
אַלע ווינטן זײַנען שטיל.
כמאַרעס רוקן זיך געשפּענסטיק אין דער נאַכט דער שטומער.
בלייך און רויִק וואַרט די ערד אויף בליץ און דונער.
איך וועל זײַן שטיל.
(„שלאַנקע שיפֿן‟ פֿון אַנאַ מאַרגאָלין)
די וווּנדערלעכע פּאָעטעסעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן בײַם סוף פֿונעם צוואָנציקסטן יאָרהונדערט סוף־כּל־סוף געפֿונען אַ תּיקון.
במשך פֿון זייער לעבן האָט מען זיי נישט אַרײַנגערעכנט אינעם קרײַז פֿון די אַזוי־גערופֿענע פּני פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. הײַנט, אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון אַ נײַעם דור קריטיקער און איבערזעצערס, קען מען אָבער סײַ לייענען נײַע אויסגאַבעס פֿון זייערע ווערק, סײַ לייענען תּוכיקע אַנאַליזן פֿון די לידער. אויך זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געפֿונען אין די לידער נײַע מאַטעריאַלן פֿאַר זייערע שאַפֿונגען מיט אַ נײַעם קוק אויף דער וועלט: אַ פֿרויען־פּערספּעקטיוו.
„שטאָלצע לידער‟
צווישן יענע אַרטיסטן דאַרף מען דערמאָנען דעם דועט „אידאַ און לויִז‟. אידאַ גילנער שטאַמט פֿון שוועדן און לויִז וואַזע קומט פֿון דענמאַרק. צוזאַמען האָבן זיי אַרויסגעגעבן אַ גאָר פֿײַנע רעקאָרדירונג פֿון אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס צו די טעקסטן פֿון ייִדישע דיכטערינס. דאָס קאָמפּאַקטל הייסט „שטאָלצע לידער‟ און איז אַרויס הײַנטיקס יאָר.
די דיכטערינס וואָס זיי האָבן אויסגעקליבן — ציליע דראַפּקין, רחל קאָרן, מלכּה־חפֿץ טוזמאַן און קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי — האָבן געשריבן לידער סײַ פֿאַרן, סײַ נאָכן חורבן. די עלטערע אַנאַ מאַרגאָלין איז אַן אויסנאַם, און האָט זיך קונה־שם געווען אין די 1920ער און 1930ער יאָרן.
די צוויי מוזיקער האָבן זיך באַקענט אין פֿינלאַנד מיט נײַן יאָר צוריק און האָבן פֿריִער אַרויסגעגעבן צוויי רעקאָרדירונגען, איינע מיט קלעזמער־ און ייִדישער מוזיק. וואַזע זינגט און שפּילט אויף דער פּיאַנע און גילנער זינגט און שפּילט אויפֿן סאַקסאָפֿאָן און גלאָקענשפּיל. דער פּראָיעקט „שטאָלצע לידער‟ האָט זיך אָנגעהויבן אין 2017 און במשך פֿון דער צײַט האָבן די קינסטלער זיך פֿאַרטיפֿט אין זייער קענטעניש וואָס שייך די ביאָגראַפֿיעס פֿון די פּאָעטעסעס, זייער שפּראַך און דער קולטורוועלט פֿון יענע צײַטן.
די צוויי מוזיקער האָבן געשאַפֿן פּאַסיקע מוזיקאַלישע שטימונגען וואָס דריקן אויס די געפֿילן פֿון די לידער. אין אַזאַ ליד ווי „שלאַנקע שיפֿן‟ — ווערטער פֿון אַנאַ מאַרגאָלין, מוזיק פֿון אידאַ גילנער — הערט מען צאַרטע כוואַליעס פֿון דער פּיאַנע. פֿונעם סאַקסאָפֿאָן הערט מען די שטילע מאָמענטן פֿאַרן שטורעם. בכלל זענען די מעלאָדיעס נישט קיין ייִדישע פֿאָלקישע אָדער קלעזמערישע. זיי זענען מאָדערניסטישע שאַפֿונגען — ווי די פּאָעזיע אַליין.
„ווינטשפּיל‟
דאָס צווייטע קאָמפּאַקטל „ווינטשפּיל‟ האָט אַרויסגעגעבן סאַבינע מאַריס. זי זינגט און שפּילט אויף אַלע אינסטרומענטן און באַניצט זיך מיט אַ קלאַנג־איבערחזרונג־מאַשין [loop station] — אַ המצאה וואָס דערמעגלעכט דעם מוזיקער אַליין צו רעקאָרדירן עטלעכע סעקונדעס פֿון קלאַנג אויף פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן און דאָס איבערחזרן. דער עפֿעקט אויפֿן צוהערער קען זײַן אַ היפּנאָטישער און מיסטישער. דער ריטעם ווערט געוויינטלעך געקלאַפּט מיט איין פּויק, און ווען די פֿלייט שפּילט צו, הערט מען די השפּעה פֿון דער פֿאָלקישער מוזיק פֿון די אײַנגעבוירענע אַמעריקאַנער פֿעלקער. אויפֿן ליד „זאָל זײַן‟ פֿון יוסף פּאַפּיערניקאָוו — איינס פֿון צוויי ייִדישע לידער אויפֿן קאָמפּאַקטל — הערט מען גלעקלעך און אַ קול פֿון דער ווײַטנס. דער ריטעם פֿון ליד איז גאַנץ אַנדערש פֿון אַנדערע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם ליד. כאָטש מען האָט עס שוין רעקאָרדירט אַ סך מאָל מאַכט מאַריסעס אָריגינעלער אויסטײַטש אַ שטאַרקן רושם אויפֿן צוהערער.
די מוזיק בכלל איז שטיל, מעדיטאַטיוו און די אַראַנזשירונגען — נישט קיין פּשוטע און אָפֿט אימפּראָוויזירטע. דאָס צווייטע ליד אויף ייִדיש, „האַרבסטליד‟ פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, זינגט זי בײַם אָנהייב, אָן אַן אַקאַמפּאָנימענט, און דערנאָך ווערט דאָס באַגלייט מיט אַן אַקאָרדיאָן — די פּשוטסטע אַראַנזשירונג אויף דער רעקאָרדירונג. אין טייל לידער, ווי בײַ „געלעבט־געליבט‟, הערט אַ געוויסע שפּילעוודיקייט.
„צום מער‟
„אַלפּען קלעזמער‟ איז אַ פּראָיעקט פֿון דער מינכינער זינגערין אַנדרעאַ פּאַנטשור אין וועלכן זי פֿלעכט צונויף בײַערישע פֿאָלקמוזיק מיט ייִדישער און קלעזמער־מוזיק. וואָס ווייסט אַמעריקע פֿון בײַערישער מוזיק? בלויז אַז מע האָט דאָרט ליב צו יאָדלען. פּאַנטשור האָט שוין געוווּנען אָנערקענונג און פּריזן פֿאַר אירע רעקאָרדירונגען, און דאָס נײַע קאָמפּאַקטל „צום מער‟ [Tsum Meer] איז אויך אַ געראָטנס.
צו מאָל נאַשט זי מוזיקאַליש נישט פֿון קלעזמער און נישט פֿון בײַערישער מוזיק, נאָר פֿון אַנדערע קולטורן. למשל, דאָס ליד וואָס זי זינגט אויף דײַטש, „שוין אַזוי לאַנג‟, איז אַן איבערזעצונג פֿון אַ ליד פֿונעם שאָטישן פֿאָלקזינגער אַלעקס קאַמפּבעל. דאָס ייִדישע ליד „חבֿרים‟ — ווערטער פֿון הירש בלאָשטיין, מוזיק פֿון פּאָלינאַ שעפּהערד — זינגט זי אויפֿן בײַערישן דײַטשן דיאַלעקט. צו אַ דײַטשישער טאַנץ־מעלאָדיע געשאַפֿן פֿון אַ רײַנלענדער האָט זי צוגעפּאַסט אַ ייִדישן נוסח פֿונעם טאַנץ.
נאָך היטלערן, האָט מען יאָרן לאַנג אין דײַטשלאַנד אויסגעמיטן דײַטשע פֿאָלקמוזיק ווײַל דאָס וואָרט „פֿאָלק‟ האָט מען אַסאָציִיִרט מיט אים. דערפֿאַר איז קלעזמער־מוזיק דאָרטן געוואָרן אַזוי פּאָפּולער — סוף־כּל־סוף אַ „דײַטש־שפּראַכיקע‟ מוזיק, נישט פֿון די אונטערדריקער, נאָר פֿון די אונטערגעדריקטע. פּאַנטשור דערווײַטערט זיך אָבער פֿון אַזאַ צוגאַנג און וויל שאַפֿן אַ מין צוזאַמענלעבן צווישן איר היימישער בײַערישער וועלט און דער ייִדיש־וועלט. דערפֿאַר מעג מען באַטראַכטן „אַלפּען מוזיק‟ אויב נישט ווי אַ העלדישע אונטערנעמונג, איז זיכער חוצפּהדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.