מאיר קירשנבלאַט (1916־2009) איז געווען אַ ייִדישער מאָלער און מחבר פֿונעם בוך, They Called Me Mayer July: Painted Memories of a Jewish Childhood before the Holocaust וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן מיט דער הילף פֿון זײַן טאָכטער, די באַקאַנטע פֿאָלקלאָריסטקע, ד״ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט. דאָס האָט געוווּנען אַ צאָל פּרעמיעס אין קאַנאַדע און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אין די זומערטעג פֿלעג איך פֿרײַטיק נאָך מיטאָג צוטראָגן דער מאַמעס נאָך נישט אָפּגעבאַקענע חלות און קוכנס צום אויוון פֿון דער בעקערײַ אויף דער שמאָלער גאַס, הינטערן ראָג, ווײַל ס׳איז געווען צו הייס צו באַקן אין שטוב. ווינטערצײַט ווען די מאַמע האָט געהאַט צײַט האָט זי געבאַקן אין איר אייגענעם אויוון.
אַרום דרײַ אַ זייגער האָט דער בעקער אויפֿגעהערט אַרבעטן. דעמאָלט האָב איך אַרויסגענומען פֿון אויוון די אָפּגעבאַקענע חלות און קוכנס אויף פֿרײַטיק־צו־נאַכטס און אַרײַנגעשטעלט אַלץ אויף שבת בײַ טאָג: צו פֿרישטיק — אַ טעפּל אויפֿגעזאָטענע קאַווע אויסגעמישט מיט ציקאָריע, און אַ פֿלאַש מילעך אין אַ ליימענעם פֿלאַש (פֿון אַ בעזש קאָליר מיט פּינטעלעך) און פֿאַרשטאָפּט מיט אַ קאָריק; צו מיטאָג — אַ יויך און אַ טשאָלנט.
דער בעקער פֿלעג אַרײַנשטעלן דאָס מילכיקס אויף דער לינקער זײַט פֿון אויוון און דאָס פֿליישיקס — אויף רעכטס. כאָטש דער אויוון איז שוין געווען אויסגעלאָשן איז ער געווען אַזוי הייס אַז אַ גאַנצע נאַכט האָט אַלץ געמליִעט.
שבת אין דער פֿרי האָב איך אָפּגענומען די קאַווע מיט דער מילעך פֿון בעקערײַ. במשך פֿון דער נאַכט האָט די מילעך באַקומען אַ גאָלד־ברוינעם קאָליר און געוואָרן זייער געדיכט, אַזוי ווי קאָנדענסירטע מילעך. אַזוי געשמאַק איז דאָס געווען אַז איך קען נאָך ביז הײַנט פֿילן דעם טעם אין מויל!
נאָך שחרית בין איך ווידער געקומען צום אויוון אַהיימצונעמען דעם טשאָלנט און די זופּ. ס׳האָבן דאָרט געמוזט זײַן אַרום 50 קונים. עד־היום פֿאַרשטיי איך נישט ווי אַזוי ער האָט געוווּסט וועלכער טאָפּ האָט געהערט וועמען. מע האָט אים באַצאָלט אַ פּאָר גראָשנס פֿאַר זײַן מי (נישט אויף שבת, פֿאַרשטייט זיך).
שבת נאָך מיטאָג, נאָך דער שווערער מאָלצײַט, האָבן מענטשן זיך צוגעלייגט. ווען איך בין געווען זעקס אָדער זיבן יאָר אַלט איז נישט געווען קיין סך צו טאָן שבת בײַ טאָג. כ׳האָב געהאַט אַ שוועסטערקינד אין מײַנע יאָרן און מיר פֿלעגן גיין אין שול צוזאַמען. שבת נאָך מיטאָג האָבן מיר זיך געשפּילט אין קיך. קיין סך שפּילעכלעך האָבן מיר נישט געהאַט, האָבן מיר געניצט וואָס ס׳האָט זיך געמאַכט נאָר. מיר פֿלעגן למשל אויסשטעלן אַלע בענקלעך און באַנקען און זיך שפּילן אין באַן אָדער אין פֿערד־און־וואָגן.
אָפֿט מאָל איז דער טאַטע אַרויסגעקומען פֿון שלאָפֿצימער, וואָס איז געשטאַנען פּונקט לעבן דער קיך, און בעטן בײַ אונדז: „ס׳איז אַזאַ שיינער טאָג הײַנט. קענט איר זיך אפֿשר שפּילן אין דרויסן?‟ נישט ביז איך האָב אַליין חתונה געהאַט, און געהאַט אייגענע קינדער, האָב איך פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס דער טאַטע האָט געוואָלט פֿון אונדז פּטור ווערן שבת נאָך מיטאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.