קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרין פֿונעם „פּראָיעקט פֿון בעל־פּה געשיכטעס אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה וועקסלער“ בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, האָט זיך לכתּחילה פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש אַ דאַנק די לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער.
צוליב דעם וואָס דער גרויסער פּאָעט איז אַוועק איידער זי האָט אָנגעהויבן אינטערוויויִרן די הויפּט־פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדיש־וועלט, איז אינעם ”וועקסלער אַרכיוו“ ניטאָ קיין אינטערוויו מיט אים. זי האָט אָבער יאָ אינטערוויויִרט אַ ריי מענטשן, וואָס האָבן סוצקעווערן גוט געקענט און זיי אויסגעפֿרעגט וועגן זייערע זכרונות פֿון אים. צווישן זיי געפֿינט מען זײַן טאָכטער מירע, די ליטעראַטור־פֿאָרשער יחיאל שיינטוך און רות ווײַס, דער קינסטלער שמואל באַק און סוצקעווערס אייניקל, די אַקטריסע הדס קאַלדעראָן.
דורך אויסצוגן פֿון די אינטערוויוען און ווידעאָס פֿון קאַלדעראָנס פּערזענלעכן אַרכיוו, האָט מען צונויפֿגעשטעלט אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם ”ווער וועט בלײַבן?“, וואָס ווײַזט ווי קאַלדעראָן פֿאָרשט אויס דעם לעבנסוועג פֿון איר זיידן. (זי האָט, אַגבֿ, אַליין פּראָדוצירט אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן סוצקעווער, ”שוואַרצער האָניק“, וואָס מע האָט הײַיאָר געוויזן אויף אַ ריי פֿילם־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט.)
”ווער וועט בלײַבן?“ וועט צום ערשטן מאָל געוויזן ווערן דאָנערשטיק, דעם 11טן יולי, בעתן פֿעסטיוואַל ”ייִדסטאָק“ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.brownpapertickets.com/event/4076959.
דאָס איז דער פֿערטער פֿילם פֿון אַזאַ מין, געשאַפֿן דורכן ”פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אינטערוויוען“ בײַם ייִדישן ביכער־צענטער וועגן אַ ייִדישן שרײַבער. ער שיידט זיך אָבער אונטער פֿון די אַנדערע דורך דעם וואָס ער איז מער ווי אַ שעה לאַנג.
די אַנדערע פֿילמען אין דער סעריע זענען צוויי קירצערע: וועגן דעם פּאָעט אַלטער עסעלין און דער פּאָעטעסע אײַדאַ מײַזע, און אַ לענגערער דאָקומענטאַר וועגן דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. ”ביילע“ וועט אויך דעבוטירן בעתן הײַיאָריקן ”ייִדסטאָק“. די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 14טן יולי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.