ס׳איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ נײַע ענגלישע איבערזעצונג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס ראָמאַן „פֿון לובלין ביז ניו־יאָרק‟. אין איר הקדמה דערקלערט די איבערזעצערין, פּראָפֿעסאָר חנה נאָריך, אַז מאָלאָדאָווסקיס ראָמאַן איז לכתּחילה געדרוקט געװאָרן אױף די שפּאַלטן פֿונעם ניו־אָרקער „מאָרגן־זשורנאַל‟ צװישן מײַ און אױגוסט 1941, און דערנאָך איז עס אַרױס װי אַ בוך בײַם פֿאַרלאַג „פּאַפּירענע בריק‟ אין 1942. די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן, אָנגעשריבן ווי אַ טאָגבוך פֿון אַ צװאַנציק־יאָריקער פֿרױ מיטן נאָמען רבֿקה זילבערג, קומט פֿאָר צװישן דעצעמבער 1939 און אָקטאָבער 1940.
די דאָזיקע כראָנאָלאָגיע איז װיכטיק אויב מע וויל פֿאַרשטײן דעם טעקסט און דעם קאָנטעקסט פֿונעם ראָמאַן. רבֿקה זילבערג איז אײנע פֿון די לעצטע ייִדישע פּליטים, װאָס האָט געהאַט מזל זיך אַרױסצורײַסן פֿון פּױלן און קומען קײן אַמעריקע ערבֿ דעם חורבן. די פֿאַראײניקטע שטאַטן זײַנען נאָך ניט אַרײַן אין דער צװײטער װעלט־מלחמה. דערווײַל איז פּױלן שױן צעטײלט געוואָרן צװישן היטלערס דײַטשלאַנד און סטאַלינס סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. מען קאָן נאָך קריגן בריװ פֿון פּױלן אין אַמעריקע, אָבער די אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען פֿאַרטאָן אין זײערע אײגענע דאגות און האָבן אַ קנאַפּן אינטערעס אין דעם, װאָס עס קומט פֿאָר מעבֿר־לים.
רבֿקה געפֿינט זיך צװישן דרײַ װעלטן: אַמערקיע, פּױלן און ארץ־ישׂראל, װוּ עס האָט זיך באַזעצט איר חתן לײזער נאָכן אַנטלױפֿן פֿון פּױלן מיט דער פּױלישער אַרמײ. זי װױנט בײַ דער מומען, אָבער פֿילט זיך ניט הײמיש אין דער נײַער משפּחה. זי װיל װאָס גיכער זיך אױסלערנען ענגליש און געפֿינען אַ „דזשאָב‟, כּדי זיך אױפֿצושטעלן אױף די אײגענע פֿיס. רבֿקה שרײַבט איר טאָגבוך אױף ייִדיש, אַרײַנמישנדיק ענגלישע װערטער, װאָס זי לערנט בעת־מעשׂה. „פֿון לובלין ביז ניו־יאָרק‟ איז אַ צײַטונג־ראָמאַן אין המשכים — אַ פּאָפּולערע ליטעראַרישע פֿאָרם אין דער צײַט, װען מען האָט נאָך געלײענט צײַטונגען. הײַנט װאָלט די דאָזיקע פֿאָרם זיך גוט צוגעפּאַסט צו אַ טעלעװיזיע־סעריע. מאָלאָדאָװסקי האָט געשריבן פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם, װאָס האָט ליב געהאַט מעלאָדראַמע, אָבער אײנצײַטיק האָט זי געהאַט אין זינען צוצוציִען דעם לײענערס אױפֿמערקאַזמקײט צו דער טראַגעדיע פֿון חורבן, װאָס האָט זיך אַנטפּלעקט אין דער אַלטער הײם.
רבֿקה זילבערג איז געװען אַ פּאַסיקע פֿיגור פֿאַר אַזאַ מין טאָפּלטער קינסטלערישער אױפֿגאַבע. זי איז געװען פֿאַרטאָן אין אירע טאָג־טעגלעכע דאגות אין ניו־יאָרק, װוּ איר שײנקײט האָט גלײַך אױפֿגערײצט אַזש צװײ קאַװאַלערן. אײנער פֿון זײ איז געװען דער חתן פֿון איר קוזינע, און דערפֿאַר האָט זי געדאַרפֿט זיך אַרױסציִען פֿון איר מומעס שטוב. לײזערס בריװ האָבן זי גערופֿן עולה צו זײַן קיין פּאַלעסטינע כּדי צו בױען צוזאַמען מיט אים דעם נײַעם ייִדישן ייִשובֿ. און די ידיעות פֿון לובלין זײַנען געװאָרן אַלץ קאַרגער און אַלץ מער אַלאַרמירנדיק.
װי עס פּאַסט פֿאַר אַ מעלאָדראַמע, איז דער סוף לכאורה אַ גליקלעכער. רבֿקח װעט חתונה האָבן מיטן אַמעריקאַנער „בױטשיק‟ מיטן נאָמען, רעד. אָבער איר טאָגבוך ענדיקט זיך מיט אַ פֿרעגצײכן: „איך טראָג דעם ‘ענגײדזשמענט’־רינג און מיר דאַכט זיך, אַז עס איז מער ניטאָ רבֿקה זילבערג. אין ניו־יאָרק װעט באַלד אָנהייבן אַרומגײן אײנע, אַ רעי לעװיט. רבֿקה זילבערג איז געבליבן אין לובלין. אױף רבֿקה זילבערג װאַרט מען אין ארץ־ישׂראל, און אין ניו־יאָרק װױנט רעי לעװיט. קען דאָס זײַן, אַז אַלע מענטשן לעבן אַזױ אױף דער װעלט? װער װײס?”
װי עס באַמערקט נאָריך, באַרירט דער ראָמאַן אַ היפּשע צאָל פֿאַרשידענע ענינים: דעם חורבן, אימיגראַציע, ליבע, שפּראַך, הײם און הײמישקײט. די פֿרױען־געשטאַלטן זײַנען דאָ בולטער און לעבעדיקער אײדער די מאַנצבילן. מן-הסתּם זײַנען בײַ מאָלאָדאָװסקי דװקא די פֿרױען געװען דער ציל־עולם. נאָריך האַלט, אַז רבֿקה זילבערג איז געװען אַ מין ליטעראַרישע פּערזאָן פֿאַר מאָלאָדאָװסקי, אַזוי ווי מענדעלע מוכר־ספֿרים איז געװען אַ פּערזאָן פֿאַר שלום־יעקבֿ אַבראַמאָװיטש. מאָלאָדאָװסקי איז געקומען קײן אַמעריקע אין 1935, העכער װי צען יאָר נאָך דעם, װי דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט געשלאָסן דאָס לאַנד פֿאַר דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון מיזרח־אײראָפּע. אין ניו־יאָרק האָט מאָלאָדאָװסקי געפֿונען אַ ייִדישע סבֿיבֿה, װאָס האָט זיך שױן גאַנץ גוט צוגעפּאַסט צו דער נײַער הײם.
מאָלאָדאָװסקי האָט געהאַט אַ שאַרפֿן חוש פֿאַר פּרטים, און זי האָט קריטיש געשילדערט דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבנס־שטײגער, בפֿרט אַזעלכע אַספּעקטן זײַנע װי די „ייִנגלישע‟ שפּראַך, דעם געמיש פֿון חוצפּה און אומזיכערקײט, גיריקײט און גאװה פֿונעם עלטערן דור און קינאה און עם־הארצות פֿון זײערע קינדער. בײַ רבֿקהן זעט אַ חתונה מיט רעד אױס װי דער בעסטער אױסװעג פֿון איר װאַקלדיקן מצבֿ װי אַ „גרינע קוזינע‟. מיט איין יאָר נאָך איר אָנקומען קײן אַמעריקע װערט זי מגולגל אין אַ נײַער פּערזענלעכקײט, פֿון רבֿקה זילבערג װערט אַ רעי לעװיט.
„פֿון לובלין ביז ניו־יאָרק‟ פֿאַרנעמט אַ צװישנידקן פּלאַץ אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. צװישן 1881 און 1924 איז דער ערשטער דור אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטן געקומען מיט די גרױסע כװאַליעס פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע. זײ האָבן געשילדערט די קאָלעקטיװע דערפֿאַרונג פֿון אַמעריקאַניזירונג. שפּעטער, אין די 1950ער יאָרן, האָט יצחק באַשעװיס „אַנטדעקט‟ אַ נײַעם אַמעריקאַנער ייִדישן העלד צװישן די שארית־הפּליטה. יענע מענטשן זײַנען געװען טיף געטראָפֿן פֿונעם חורבן און האָבן זיך ניט געקענט באַפֿרײַען פֿון דער טראַװמאַטישער דערפֿאַרונג. רבֿקה זילבערג בלײַבט פּונקט אין מיטן פֿון אָט די צװײ מינים העלדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.