שוין צום 45סטן מאָל וועט אַ גרופּע ייִדיש־רעדנדיקע פֿון פֿאַרשידענע עלטערס און הינטערגרונטן פֿאַרברענגען צוזאַמען אויף דער ייִדיש־וואָך. אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן וועט די ייִדיש־וואָך פֿאָרקומען אין קאָפּייק, ניו־יאָרק, אינעם אָרטיקן „בערקשיר הילז אײַזנבערג לאַגער‟, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַן אָזערע און פּרעכטיקער לאַנדשאַפֿט.
די ייִדיש־וואָך, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורך דער אָרגאַניזאַציע יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש איז לכתּחילה געווען אַ קליינער צוזאַמענפֿאָר אויף עטלעכע טעג, וואָס האָט צוגעצויגן אַן ערך 15 סטודענטן. הײַנט קומען אויף איר אַן ערך 150 מענטשן, פֿון קינדער אין די וויגן ביז עלטערע לײַט. די אָרגאַניזאַציע אָרדנט הײַיאָר אײַן אַ ריי ספּעציעלע אַקטיוויטעטן און פֿײַערונגען לכּבֿוד דעם יובֿל, ווי אויך ספּעציעלע פּראָגראַמען אין שײַכות מיט דער באַלדיקער דערשײַנונג פֿון אַ סעריע צוויישפּראַכיקע ביכער פֿאַר קינדער, אַרויסגעגעבן דורכן יוגנטרוף־איניציאַטיוו, „פֿאַרלאַג קינדער־לשון‟.
צוליב דעם הויכן פּרײַז פֿון דער ייִדיש־וואָך, שטרעבט יוגנטרוף צו געפֿינען אופֿנים ווי אַזוי אַראָפּצולאָזן דעם פּרײַז פֿאַר פֿאַרשידענע אָנטיילנעמער. די „מאַרקעטינג‟־חכמים גיבן איבער, אַז דער בעסטער אופֿן איבערצוצײַגן עמעצן עפּעס צו קויפֿן איז דורך דער רעקאָמענדאַציע פֿון אַ גוטן פֿרײַנד. דערפֿאַר וועט יוגנטרוף הײַיאָר צום ערשטן מאָל געבן אַ הנחה די, וואָס ציִען צו מענטשן, וואָס זענען קיינמאָל פֿריִער ניט געקומען אויף דער „ייִדיש־וואָך‟. די נײַ־געקומענע וועלן דערבײַ אויך באַקומען אַ הנחה.
יוגנטרוף באַקומט אַליין אויך סובווענצן פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און שטיצערס, כּדי זי זאָל קענען שאַפֿן סטיפּענידעס פֿאַר יונגע־לײַט און סטודענטן. הײַיאָר, אַ דאַנק דער „אַהרון און סאָניע פֿישמאַן־פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור‟, וועט מען צוטיילן סטיפּענדיעס פֿאַר אַמעריקאַנער און קאַנאַדער סטודענטן אין עלטער פֿון 18 ביז 25 יאָר, זיי זאָלן קענען קומען אויף דער ייִדיש־וואָך בחינם. מע קען אָנגעבן אויף דער דאָזיקער סטיפּענדיע ביזן 17טן יולי. אַ דאַנק אַ סובווענץ פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס און אַנאַ לעווינסאָן‟ טיילט יוגנטרוף אויך צו אַ סטיפּענדיע פֿאַר יונגע־לײַט אין עלטער פֿון 18 ביז 30 יאָר, וואָס וווינען אין מיזרח־אייראָפּע, זיי זאָלן קענען קומען אויף דער ייִדיש־וואָך פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. מע קען זיך אָנגעבן אויף דער דאָזיקער סטיפּענדיע ביזן 2טן יולי.
אַחוץ די אויבן דערמאָנטע סטיפּענדיעס גיט יוגנטרוף אויך הנחות יענע, וואָס פֿירן אָן מיט אַקטיוויטעטן אָדער פֿירן דורך אַנדערע עובֿדות במשך פֿון דער וואָך.
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע װעגן דער ייִדיש־װאָך און זיך צו רעגיסטרירן, קװעטשט דאָ.
אויב איר האָט נאָך פֿראַגעס װעגן דער סטיפּענדיע שרײַבט: yvokh@yugntruf.org.