דעם טשערנאָבילער מגידס ירושה

Chernobyl Magid’s Legacy

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 22, 2019.
דעם טשערנאָבילער מגידס ציון אין אַנאַטיווקע
Wikimedia Commons
דעם טשערנאָבילער מגידס ציון אין אַנאַטיווקע

דעם 7טן מײַ האָט חב״ד געעפֿנט אַ קהילה־צענטער פֿאַר ייִדישע פּליטים פֿון מיזרח־אוקראַיִנע אינעם דערפֿל אַנאַטיווקע לעבן קיִעוו. פֿאַרוואָס דווקא דאָרטן? דאָס האָט צו טאָן מיט אַ וועלט־באַקאַנטער שטאָט: טשערנאָביל.

אין דער וועלט איז טשערנאָביל באַקאַנט ווי דאָס אָרט, וווּ דעם 26סטן אַפּריל 1986, איז פֿאָרגעקומען די אַטאָם־קאַטאַסטראָפֿע. די שטאָט בלײַבט נאָך אַלץ ליידיק, הגם במשך פֿון דער צײַט איז דער ראַדיאַציע־ניוואָ ממשותדיק געפֿאַלן. הײַנט פֿונקציאָנירן אין טשערנאָביל אַ פּאָר קראָמען און אַ האָטעל פֿאַר טוריסטן. באַקאַנט זינט דעם 12טן יאָרהונדערט, ציט די אוראַלטע און טראַגיש באַרימטע שטאָט כּסדר צו באַזוכער פֿון אַרום דער וועלט.

צען יאָר נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע בין איך אַליין געפֿאָרן קיין טשערנאָביל, צוליב אַן אַנדער סיבה: צו זען דעם קבֿר און די אַלטע שיל פֿונעם ערשטן טשערנאָבילער רבין, דעם מחבר פֿונעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „מאור עינים‟. בײַ די חסידים איז טשערנאָביל באַרימט ווי איינס פֿון די וויכטיקסטע ערטער צו גיין אויף קבֿר־אָבֿות. דעם פֿאַרגאַנגענעם מאַרץ איז אינעם זשורנאַל National Geographic דערשינען אַ לאַנגער רעפּאָרטאַזש וועגן דעם, באַגלייט מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָגראַפֿיעס.


מע קען אָבער זאָגן, אַז טשערנאָביל איז געוואָרן אַ גרויסער חסידישער צענטער נישט צוליב דעם „מאור עינים‟, נאָר גיכער צוליב זײַן זון, הרבֿ מרדכי טווערסקי אָדער רבי מאָטעלע, דעם טשערנאָבילער מגיד. דעם הײַנטיקן שבת, כ׳ באייר, מערקט מען אָפּ זײַן יאָרצײַט.


אַלע אַכט זין זײַנע האָבן געגרינדעט אייגענע חסידישע דינאַסטיעס, וועלכער האָבן זיך ווײַטער פֿאַרשפּרייט איבער אוקראַיִנע. דער משפּחה־נאָמען אַליין איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿונעם אוקראַיִנישן חסידות. צווישן הײַנטיקע יורשים פֿון דער טווערסקי־דינאַסטיע קאָן מען אָנרופֿן אַזעלכע פֿאַרשיינדאַרטיקע פּערזענלעכקייטן, ווי רבי דוד טווערסקי, דער ראָש פֿונעם חסידישן שטעטל ניו־סקווער לעבן ניו־יאָרק, דעם באַקאַנטן פּסיכאָלאָג און פּסיכיאַטער הרבֿ ד״ר אַבֿרהם־יהושע טווערסקי, און זײַן ברודער אַהרן, אַ באַוווּסטן ברוקלינער פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ.

דער טשערנאָבילער מגיד איז געווען אַ כאַריזמאַטישער צדיק, בעסער באַקאַנט ווי אַן אויסערגעוויינטלעך ענערגישער כּלל־טוער און אַ בעל־מופֿת. דער רעלאַטיוו קורצער ספֿר פֿון זײַנע געזאַמלטע דרשות, „ליקוטי תּורה‟, פּובליקירט נאָך זײַן פּטירה, ווײַזט קלאָר, אַז ער איז אויך געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם מיט אַ שאַרפֿן מוח און אַ שטאַרקער אינערלעכער דיסציפּלין. אַ גרויסער טייל פֿונעם ווערק שטעלט מיט זיך פֿאָר עצות — הדרכות — פֿאַר פּראַקטישע מעדיטאַציעס און אַסקעטישע לעבנס־דרכים, מיט אַ שטאַרקן טראָפּ אויף דער מענטשלעכער פּסיכאָלאָגיע.

לאָמיר ברענגען, צום בײַשפּיל, זײַן קאָמענטאַר צו דער קומענדיקער פּרשה, „בחוקותי‟. אין ארץ־ישׂראל לייענט מען זי דעם הײַנטיקן שבת. זײַן דרשה צו פּרשת בהר זענען, צום באַדויערן, נישט אָפּגעהיט געוואָרן. דער באַשעפֿער זאָגט צו ייִדן אינעם מידבר, אַז אין ארץ־ישׂראל וועט ער זיי פֿירן „קוממיות‟ — פֿרײַ, אויפֿגעשטעלט אין דער גאַנצער הייך. דאָס אומגעוויינטלעכע וואָרט „קוממיות‟ קלינגט אָבער ווי אַ מערצאָל, ווי עס וואָלט געווען עטלעכע מינים הייך. ס׳איז טאַקע אַזוי, דערקלערט דער טשערנאָבילער מגיד. די עבֿירות קאָן אַ מענטש אויך טאָן מיט דער גאַנצער הייך. ווען מע פֿאָקוסירט אויף דער תּורה און עבֿודת־השם, ווערט אין דער נשמה אויפֿגעבויט די אינערלעכע הייך און דער באַגער צו שלעכטע מעשׂים הייבט אָן ביסלעכווײַז צו פֿאַרשווינדן. ווען דער מענטש ווערט אויסגעגליכן אינעם רוחניותדיקן זין, דערגרייכט ער נאָך אַ גרעסערע הייך — דעם אינערלעכן הימל.

פּראַקטישע מעדיטאַציע־כּוונות אויף דער ערשטער זײַט פֿון רב מאָטל טשערנאָבילערס ספֿר „ליקוטי תּורה‟
Yoel Matveyev
פּראַקטישע מעדיטאַציע־כּוונות אויף דער ערשטער זײַט פֿון רב מאָטל טשערנאָבילערס ספֿר „ליקוטי תּורה‟

דעם טשערנאָבילער מגידס קינדער האָבן איבערגעלאָזט אַ גאַנצן אוצר ספֿרים — אָפֿטמאָל אויך מיט אַ מיסטיש־געשטימטן טראָפּ אויף נשמה־ענינים. רבי מאָטעלע אַליין (1770–1837) איז באַערדיקט אינעם דערמאָנטן קליינעם דאָרף אַנאַטיווקע, אָדער הנאַטעקווע אויף אוקראַיִניש. מע דערציילט, אַז ער האָט געוואָלט ליגן דווקא אין אַ קליין אָרט, „וווּ עס קלינגען נישט קיין גלעקער פֿון אַ קלויסטער‟. פֿון דעסט וועגן, צוליב אַ טשיקאַווער סיבה, איז דאָס דאָזיקע דערפֿל מיט 350 תּושבֿים באַקאַנט אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער; דאָרטן האָט זיך דאָך באַזעצט שלום־עליכם טבֿיה דעם מילכיקער מיט זײַן משפּחה. ממילא, באַווײַזט זיך עס אינעם „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. דער שרײַבער האָט אַליין געשטאַמט פֿון טשערנאָבילער חסידים.

דאָס דאָרף איז ביז איצט טאַקע געווען אַ שטילס אָבער איצט אַז די ליובאַוויטשער האָבן דאָרט געעפֿנט דעם פּליטים־צענטער „בית־שמואל‟, וועט עס מסתּמא לאַנג נישט בלײַבן אַזוי.