אין צוזאַמענהאַנג מיטן זשורנאַל „די געמײנדע‟ האָט מען לעצטנס לאַנצירט אַ פּאָדקאַסט, וואָס דערקלערט פּרטימדיק פֿאַרשידענע טעמעס. אינעם פּאָדקאַסט „אַ טראָפּ טיפֿער‟ דיסקוטירט מען לשמל וועגן דער וואַל־סיסטעם אין ישׂראל, דעם מצבֿ אין ווענעזועלע, דער אַמעריקאַנער געזונט־סיסטעם און „מאָדנע פּלאַנעטן‟, דאָס הייסט, „פּלאַנעטן וווּ עס רעגענען שטיינער, בושעווען גלעזערנע שטורעמס, ….און אַ וועלט וווּ עס וואַלגערן זיך דימענטן אין די גאַסן.‟
עס פֿירט אָן מיט דער פּראָגראַם דער חסידישער זשורנאַליסט פּנחס גלויבער.
עס זענען שוין לאַנג פֿאַראַן אַ ריי פּראָגראַמען אויף ייִדיש בײַ די חסידים, אָבער זיי הערט מען טעלעפֿאָניש. „קול מבֿשׂר‟ (1100־444־212), וואָס עקסיסטירט שוין 15 יאָר, לאָזט אַרויס פֿאַרשידענע באַריכטן וועגן פּאָליטיק, געזונט, מוזיק, עקאָנאָמיק און פּסיכאָלאָגיע. עס טרעטן דאָרטן אויף באַקאַנטע חסידישע זשורנאַליסטן און עסקנים, אַרײַנגערעכנט זלמן ווידער, הערשל מייזלס, וועלוול שמעלצער און יוסף ראַפּאַפּאָרט.
אַחוץ „קול מבֿשׂר‟ זענען אויך דאָ אַנדערע פּראָגראַמען, וואָס מע קען הערן טעלעפֿאָניש, געווידמעט אַלערײ טעמעס, אַרײַנגערעכנט געזונט־פּראָבלעמען, פֿינאַנציעלע עצות, נײַעסן פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשידענע רביים, און דער סדרה פֿון דער וואָך.
די דאָזיקע פּראָגראַמען, וואָס ווערן טראַנסמיטירט דורכן טעלעפֿאָן, האָבן זיך אָנגעהויבן צוליב דעם וואָס די פֿרימסטע צוהערער האָבן ביז לעצטנס ניט געהאַט קיין ראַדיאָס, אָדער געוואָלט אַן אַלטערנאַטיוו דערצו. הײַנט האָבן אָבער אַ סך חסידים צוטריט צו דער אינטערנעץ בײַ זיך אין דער היים אָדער אויף זייערע טעלעפֿאָנען. ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז די הויפּט־זשורנאַליסטן אויף „קול מבֿשׂר‟ און אַ סך שרײַבער פֿאַר די פֿרומע זשורנאַלן אויף ייִדיש, זענען אַליין אַקטיוו אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟.
מיט צען יאָר צוריק איז נאָך געווען אַ טאַבו דאָס צו דערמאָנען, אָבער הײַנט שיקט אַפֿילו „דער איד‟ אַרויס אַ טעגלעכן נײַעס־בולעטין אָנלײַן. צוליב דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער אינטערנעץ בײַ די חסידים זענען אויך אויפֿגעקומען נײַע וועבזײַטן אויף מאַמע־לשון. „אידיש ווינקל‟, למשל, איז אַ רעלאַטיוו נײַע וועבזײַט וואָס גיט איבער פֿאַרשידענע באַריכטן און אַנאַליזן אויף ייִדיש. און די נײַעס־אַגענטור JPNews שיקט אַרויס סײַ אַ טעגלעכן נײַעס־בולעטין אויף ייִדיש און ענגליש, סײַ אַ זשורנאַל „די געמיינדע‟, רעדאַקטירט פֿון יוסף ראַפּאַפּאָרט, וואָס פּראָדוצירט דעם נײַעם פּאָדקאַסט „אַ טראָפּ טיפֿער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.