[איבערגעדרוקט פֿון פֿאָרווערטס, דעם 26טן מאַרץ 2010]
געוויינטלעך ווען מע רעדט וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ באַטאָנט מען איר וויכטיקייט ווי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.
וועגן איין אַספּעקט הערט מען כּמעט גאָרנישט: דאָס לעבן פֿון די פֿרומע ייִדן אין טשערנאָוויץ. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל אין יענער תּקופֿה האָבן אין דער שטאָט זיך געפֿונען נישט ווייניקער ווי פֿינף חסידישע רביס, האָט איבערגעגעבן הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ, דער טשערנאָוויץ־געבוירענער מחבר פֿון אַ בוך זכרונות אויף העברעיִש, “כזה ראה וקדש” (אַזוי געזען און פֿאַרהייליקט).
הרבֿ מאָסקאָוויץ, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין 1927, איז יאָרן לאַנג געווען אַ תּנ״ך־לערער אין דער אָנגעזעענער ניו־יאָרקער ייִדישער מיטלשול רמ״ז און דינט הײַנט ווי איר ייִדיש־לערער. בעת אַן אינטערוויו מיטן “פֿאָרווערטס” אין זײַן דירה אויף איסט 82סטער גאַס, האָט ער דערציילט, אַז ער אַליין איז געווען דער זון פֿונעם שאָצער רבין. עס האָבן אין טשערנאָוויץ דעמאָלט אויך געוווינט פֿיר אַנדערע רביס: דער באָיאַנער רבי, ר׳ משה פֿרידמאַן; דער נאַדווערנער רבי, איתמר ראָזענבאַום; דער קיטעווער רבי, גראָסמאַן; דער זאַלישטשיקער רבי, האַגער און דער שאָצער רבי, ר׳ אַבֿרהם־חיים מאָסקאָוויץ. אַלע רביס זענען געווען קרובֿים, ווײַל אַלע האָבן געמאַכט שידוכים צווישן זיך.
יעדער רבי האָט געהאַט אַ הויף מיט חסידים, האָט הרבֿ מאָסקאָוויץ דערציילט, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די רביס, וואָס האָבן שבת און יום־טובֿ געטראָגן אַ שטרײַמל, האָבן די מתפּללים זיך שוין געהאַלטן פֿאַר “מאָדערנע מענטשן” — האָבן זיי נישט געהאַט קיין באָרד אָדער פּאות, און זענען געקומען צום מנין טראָגנדיק אַ צילינדער און פֿראַק. הרבֿ מאָסקאָוויצעס אייגענע משפּחה האָט געוווינט אינעם זעלבן בנין פֿון דער שיל. “איך אַליין האָב געהאַט קליינע פּאהלעך,” האָט ער צוגעגעבן.
הרבֿ מאָסקאָוויצס מאַמע, אַלטע־שיינדל, איז געווען אַ טאָכטער פֿונעם פּידײַעצער רבין, האָט זי געטראָגן אַ שייטל, אָבער זי, און די אַנדערע “רבישע קינדער”, ווי מע פֿלעג זיי רופֿן, זענען פֿאָרט געווען אונטער דער השפּעה פֿון דער מאָדערנער שטאָט. אין פֿאַרגלײַך מיט איר מאַן, וועלכער האָט גערעדט ייִדיש מיט די קינדער, האָט די רביצין גערעדט דײַטש. זי פֿלעג גיין אין טעאַטער, לייענען ייִדישע פּאָעזיע און געבן מענער די האַנט. מוטערס־טאָג האָט דאָס קליינע “מאירל” איר געבראַכט בלומען, און סילוועסטער־נאַכט האָבן די רביצין און די אַנדערע פֿרויען פֿון רבישע היימען געפּראַוועט אַ שׂימחה.
“סילוועסטער זענען זיי געקומען צו אונדז אויפֿן צווייטן שטאָק, עלעגאַנט אויסגעפּוצט, און געגעסן און פֿאַרבראַכט שעהען לאַנג אין איינעם,” האָט הרבֿ מאָסקאָוויץ דערציילט. און כאָטש קיין משקה האָבן זיי נישט געטרונקען, “האָבן די שנורן פֿונעם באַיאָנער רבין יאָ גערייכערט סיגאַרעטקעלעך.”
הרבֿ מאָסקאָוויץ געדענקט נאָך זײַן ערשטן טאָג אין חדר צו דרײַ יאָר. “מײַן טאַטע־מאַמע זענען קיין מאָל נישט געגאַנגען שפּאַצירן צוזאַמען, אָבער יענעם טאָג האָבן זיי מיר אָנגעטאָן נײַע קורצע הויזן, נײַע שיך און אַ נײַעם טלית־קטן, און ביידע האָבן מיך גענומען בײַ דער האַנט אין חדר אַרײַן. ווען מיר זענען אָנגעקומען האָט דער טאַטע מיך אַרומגענומען מיט אַ טלית און אַרײַנגעטראָגן. אויפֿן טיש איז מיט גרויסע גאָלדענע אותיות געווען אָנגעשריבן ׳מאירל׳. יעדעס מאָל וואָס איך האָב ריכטיק נאָכגעזאָגט ׳קמץ אלף אָ, קמץ בית באָ׳ איז אַראָפּגעפֿאַלן אַ האָניק־קיכעלע. כ׳האָב טאַקע געמיינט, ס׳איז פֿון הימל! אַזוי ווי סע שטייט אין משלי: לערנען תּורה איז אַזוי ווי האָניק און מילעך, זיס צו דער נשמה און ס׳היילט די ביינער.”
בײַ 5 יאָר האָט מאירל אָנגעהויבן לערנען חומש. “ס׳איז געווען אין אַ שבת נאָכמיטאָג. משפּחה און פֿרײַנד און אַלע פֿינעף רביס זענען געקומען. מע האָט מיך געשטעלט אויפֿן טיש, כ׳האָב געטראָגן אַ ברוינעם סאַמעטענעם אָנצוג, און ביידע זיידעס האָבן מיר אָנגעטאָן גאָלדענע זייגערס אויף קייטן. דערנאָך האָט מען מיך געפֿרעגט: וואָס לערנסטו אין חומש?”
נאָכן פֿאַרהערן דאָס קינד האָט מען אָנגעהויבן טאַנצן און זינגען, עסן טאָרט און פּירות. אַלע רביס האָבן געטראָגן שטרײַמלעך, געזעסן און אויסגעטיילט שיריים. ער, מאירל, איז געזעסן צווישן ביידע זיידעס.
יעדן אינדערפֿרי האָט מאירל זיך געלערנט אין חדר, און דרײַ מאָל אַ וואָך איז ער נאָך מיטאָג געגאַנגען אין אַ ציוניסטישער העברעיִשער שול, “בית ספֿרי”. אין 1936 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין וויזשניץ זיך לערנען אין דער וויזשניצער ישיבֿה. ער פֿלעג אַהיימקומען בלויז שבת־חנוכּה, פּסח און יום־טובֿ.
סוכּות אין טשערנאָוויץ געדענקט הרבֿ מאָסקאָוויץ זייער גוט. אַ גאַנץ יאָר האָבן די מענער און פֿרויען געגעסן צוזאַמען, אָבער סוכּות — נישט. די מאַמע האָט געבענטשט ליכט, געקומען אין סוכּה פֿאַר קידוש און המוציא, אָבער דערנאָך אַרײַן אין הויז, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט מיט די אַנדערע פֿרויען.
די סוכּה איז געווען אַ גרויסע; ווען דער טאַטע האָט געפֿירט טיש די צווייטע נאַכט סוכּות, לכּבֿוד דער שׂימחת־בית־השואבֿה, פֿלעגן אַרײַנקומען אין דער סוכּה 150 מענטשן. מ׳איז דאָרט אָבער נישט געשלאָפֿן. “ס׳איז געווען קאַלט, און אַ סכּנה.”
דעם שאָצער רביס הויז האָט אויך געדינט ווי אַן אכסניה פֿאַר די רביס פֿון די אַרומיקע שטעטלעך, ווען זיי האָבן געמוזט קומען קיין טשערנאָוויץ זען אַ דאָקטער. די פּשוטע אַרענדאַרן פֿלעגן אויך קומען, כּדי צו זען זייער רבין. “זיי זענען געווען פּשוט אָנגעטאָן — עמך — געטראָגן שטיוול, און געבראַכט פּירות אַ מתּנה דעם רבין.”
אָפֿט פֿלעגן די גײַסטיק קראַנקע קומען צו זייער טיר בעטן נדבֿות. “איינער, פֿישעלע, פֿלעג זאָגן מײַן מאַמען, ׳איך האָב דיך ליב!׳ — זי איז געווען אַ שיינע פֿרוי — פֿלעג מען אים אַרײַננעמען אין הויז, און מע האָט אים געגעבן דאָס זעלבע שפּײַז, וואָס מיר האָבן געגעסן.”
עוואַ מאַרדער בענדער, אַן אײַנוווינערין פֿון בראָנקס, נ״י, איז אויך געבוירן געוואָרן אין אַ פֿרומער משפּחה אין טשערנאָוויץ, אין 1927, אָבער איר איבערלעבונג איז געווען אַ גאַנץ אַנדערע ווי בײַ הרבֿ מאָסקאָוויץ. “דער טאַטע איז געווען אַ ציוניסט און אַ מיזרחיסט,” האָט זי געזאָגט.
אויף דער גאַס האָט דער טאַטע, בערל מאַרדער געטראָגן אַ שוואַרצן הוט, און אונטערן הוט — אַ יאַרמלקע. בײַם באַגריסן זיך מיט מענטשן פֿלעג ער אַראָפּנעמען דאָס היטל, אָבער נישט די יאַרמלקע; די מאַמע, אסתּר, האָט געטראָגן אַ היטל, נישט קיין שייטל. “מיר זענען נישט געווען אַזוי פֿאַנאַטיש,” האָט זי געזאָגט. “מיר זענען דאָך געווען אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דער עסטרײַכישער קולטור.”
ווי אַ מיידל איז עוואַ, אַוודאי, נישט געגאַנגען אין חדר; די ערשטע פֿיר קלאַסן האָט זי זיך געלערנט אין אַ העברעיִשער, ציוניסטישער טאָגשול, “שׂפֿה איבֿריה”. נאָכן ענדיקן די שול האָט זי צוויי יאָר לאַנג שטודירט אין “גימנאַזיע האָפֿמאַן”, אַ שטאָטישער לערן־אַנשטאַלט פֿאַר מיידלעך, און דערנאָך — ווען די רוסן האָבן איבערגענומען בוקאָווינע — איז זי אַריבער אין דער ייִדישער שול, וווּ ס׳רובֿ פֿון די קינדער זענען געווען פֿון וועלטלעכע משפּחות. הגם די קלאַסן זענען אָנגעגאַנגען זעקס מאָל אַ וואָך, אַרײַנגערעכנט שבת, האָבן די פֿרומע תּלמידים נישט געדאגהט. “שבת האָבן מיר נישט געשריבן,” האָט זי געזאָגט. די פּראָבלעם איז אָבער געווען מיט די עקזאַמענס, וועלכע זענען אַלע פֿאָרגעקומען שבת.
“מיר, די פֿרומע תּלמידים, האָבן טאַקע געליטן פֿון דעם, ווײַל מע פֿלעג אונדז מאַכן דעם עקזאַמען זונטיק אָדער מאָנטיק און בכּיוון פֿרעגן שווערערע פֿראַגעס. עטלעכע פֿון די לערער זענען געווען ייִדישע, אָבער זיי זענען געווען נאָך ערגער ווי די רוסן. זיי האָבן געוואָלט, אַז מיר זאָלן פֿאָרשן וואָס עס קומט פֿאָר אין שטוב און מסרן די עלטערן. מיר האָבן זיך נישט נאָכגעגעבן, זענען זיי געוואָרן זייער אויפֿגערעגט.”
פּסח פֿלעג דער מאַמעס טאַנטע, וואָס האָט געוווינט נישט ווײַט פֿונעם שאָצער רבין, קומען אויפֿן גאַנצן פּסח. “די גאַנצע צײַט האָט זי בלויז געשיילט קאַרטאָפֿל און מערן, מערן און קאַרטאָפֿל… דאָס איז געווען איר אויפֿגאַבע. און מיר, מיידלעך, האָבן נישט אַרויסגעהאָלפֿן, תּמיד זיך געשפּילט.”
זי פֿלעג שפּילן אין באַל אָדער אין שאַך — סײַ מיט מיידלעך, סײַ מיט ייִנגלעך, סײַ מיט פֿרומע, סײַ מיט פֿרײַע — “ווער ס׳איז נאָר געווען אין גאַס. ס׳האָט נישט אויסגעמאַכט ווײַל אין אונדזער געגנט זענען אַלע געווען ייִדן, בלויז די ׳סופּערס׳ (סטרוזשן) זענען נישט געווען קיין ייִדן.”
רעדנדיק מיטן “פֿאָרווערטס” האָט פֿרוי בענדער זיך דערמאָנט אין אַן אינצידענט פֿון די קינדער־יאָרן, וואָס האָט איר שטאַרק וויי געטאָן. יעדעס יאָר פֿלעג זי אַרויסקוקן, אַז דער זון פֿונעם מילניצער רבין זאָל קומען פֿון גאַליציע, כּדי מיטצופֿאָרן מיט די רביס און אַנדערע ייִדן אויף קבֿר־אָבֿות. עוואַס טאַטע פֿלעג זי אויך מיטנעמען. מע האָט אײַנגעשפּאַנט די פֿערד־און־וועגענער, און געפֿאָרן צום סאַדיגערער רבין.
“דאָס פֿאָרן האָט גענומען עטלעכע שעה, און ס׳איז געווען זייער שיין און לעבעדיק. מ׳איז געגאַנגען אויפֿן בית־עולם, און שפּעטער האָט מען געמאַכט אַ סעודה.” ווען עוואַ איז געוואָרן אַכט יאָר אַלט, האָט דעם מילניצער רבינס זון אָבער אָנגעזאָגט איר טאַטן, אַז אַ מיידל אין אירע יאָרן טאָר מער נישט פֿאָרן, האָט זי געמוזט בלײַבן אין דער היים. “כ׳בין געווען זייער אויפֿגערעגט,” האָט פֿרוי בענדער באַמערקט.
פֿון דעם וואָס הרבֿ מאָסקאָוויץ און פֿרוי בענדער האָבן אַזוי פּרטימדיק איבערגעגעבן, איז קלאָר, אַז טשערנאָוויץ איז נישט געווען אַ שטאָט פֿון בלויז סעקולערע ייִדן. הגם די ווינטן פֿון מאָדערנקייט און אַסימילאַציע האָבן זיכער משפּיע געווען אויף די פֿרומע קרײַזן, און אַרײַנגעבראַכט דאָס דײַטשישע לשון און עלעמענטן פֿון דער אַרומיקער קולטור, האָבן זיי ווײַטער אָפּגעהיט די מיצוות און אָנגעהאַלטן די טראַדיציעס, אויף ווי ווײַט עס האָט זיך געלאָזט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.