בײַם „בר־אילן‟־אוניווערסיטעט אין רמת גן, וועט דעם 3טן יוני פֿאָרקומען די 14סטע יערלעכע וועלטקאָנפֿערענץ געווידמעט די ייִדישע נעמען.
די פּראָגראַם, אײַנגעאָרדנט דורכן אוניווערסיטעט און דעם „פּראָיעקט לטובֿת דער אויספֿאָרשונג פֿון ייִדישע נעמען‟, נעמט אַרײַן פֿאָרשער פֿון ישׂראל, רומעניע, אַמעריקע, איטאַליע, פּוילן און קראָאַטיע. צווישן די 20 רעפֿעראַטן וועט מען אַרומרעדן אַזעלכע טעמעס ווי די צונעמען פֿון ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, די ייִדישע נעמען פֿון צפֿון איטאַליע און סינסינאַטי, אָהײַאָ, די הלכה פֿון נעמען בײַ ייִדן, ווי אַזוי די נעמען האָבן זיך געביטן בעתן גלות־בבֿול, די געשיכטע פֿון משפּחה־נעמען אין דער בוקאָווינע, און די נעמען, וועלכע די פּוילישע משומדים האָבן אויסגעקליבן פֿאַר זיך.
צווישן די אומצאָליקע געביטן פֿון ייִדישע לימודים, איז די אָמאָנאַסטיק, די שטודיע פֿון נעמען און זייערע וואָרצלען, אפֿשר די טעמע וועגן וועלכער מע הערט די מערסטע באָבע־מעשׂיות.
יעדער קען שוין דעם וויץ וועגן דעם אימיגראַנט, וואָס קומט אָן אין עליס־אײַלענד און דאַרף בײַטן זײַן נאָמען. זאָגט ער דעם אַגענט, וואָס פֿאַרשרײַבט די נעמען, אַז ער האָט „שוין פֿאַרגעסן‟ זײַן אויסגעקליבענעם אַמעריקאַנישער נאָמען און אַזוי אַרום ווערט ער Sean Ferguson. ניט געקוקט אויף די לעגענדעס בײַם פֿאָלקס־זכּרון, האָט קיינער ניט געביטן זײַן נאָמען אין „עליס אײַלענד‟ — מע האָט פּשוט ווידער פֿאַרשריבן די נעמען, וואָס זענען שוין געשטאַנען אין דער רשימה פֿון די פּאַסאַזשירן אויפֿן שיף. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן בלויז שפּעטער, פֿרײַוויליק, אַליין געביטן די נעמען.
דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, איינע פֿון הונדערטער אויסגעטראַכטע מעשׂיות וועגן ייִדישע נעמען. אָפֿט מאָל פֿאַרבינדט מען אַ נאָמען מיט אַ העלד אָדער באַגריף פֿון דער תּורה וואָס איז ניט געשטויגן ניט געפֿלויגן.
אַמאָל פֿאַרשטייט מען ניט, אַז אַ נאָמען האָט זיך געביטן צוליב דער ווירקונג פֿון אַן אַנדער שפּראַך. (אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן ווייסן ניט, למשל, אַז „קאַגאַן‟, איז, למשל, פּשוט כּהן אַרויסגערעדט אויפֿן רוסישן שטייגער). און זייער ווייניק ווייסן ניט, אַז עס זענען דאָ נעמען וואָס שטאַמען דווקא פֿון דײַטשיש צי האָלענדיש צי אַפֿילו ייִדיש, וואָס זאָגן עדות אויף דעם, אַז די משפּחה האָט אַ ספֿרדישן ייִחוס (למשל: האָלענדער, אַשכּנזי).
מע וועט זיך קענען דערוויסן מער וועגן דער טעמע נעמען בײַ ייִדן אויף דער קאָנפֿערענץ, וואָס הייבט זיך אָן 9 אַ זייגער און גייט ביז 6:45 אין אָוונט, איז אָפֿן פֿאַרן ברייטן עולם.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט Yigal.Levin@biu.ac.il.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.