דער היסטאָרישער און געאָגראַפֿישער באַגריף ליטע האָט אַ לאַנגע און קאָמפּליצירטע געשיכטע. יעדעס פֿאָלק אינעם דאָזיקן רעגיאָן האָט אַן אײגענע „ליטע‟. פּאָליאַקן, װײַסרוסן און רוסן רופֿן זי „ליטװאַ‟, פֿאַר די ליטװינער איז דאָס „ליעטוּװאַ‟. מען רעדט װעגן אַ „היסטאָרישער‟ ליטע, דעם שטח פֿונעם אַמאָליקן ליטװישן גרױספֿישטנטום װאָס נעמט אַרײַן די הײַנטיקע מלוכות פֿון װײַסרוסלאַנד און ליטע, װי אױך טײלן פֿון אוקראַיִנע, פּױלן, לעטלאַנד און רוסלאַנד. די גרענעצן פֿונעם אַמאָליקן גרױספֿירשטנטום האָבן זיך געענדערט מיט דער צײַט, און אינעם 16טן יאָרהונדערט איז עס געװאָרן אַ טײל פֿונעם ליטװיש־פּױלישן קעניגרײַך. מען רעדט צומאָל װעגן דער „עטנאָגראַפֿישער‟ ליטע, װאָס נעמט אַרײַן בלױז די געגנטן, װוּ מען רעדט ליטװיש, דאָס הײסט, ס׳רובֿ פֿון דער הײַנטיקע ליטװישע רעפּובליק.
דאָס נײַע בוך „רױמליכע באַגריפֿן פֿון ליטע אינעם לאַנגן נײַנצנטן יאָרהונדערט‟ באַהאַנדלט די געאָגראַפֿישע, פּאָליטישע, עטנאָגראַפֿישע און קולטורעלע אַספּעקטן פֿון ליטע אינעם כראָנאָלאָגישן גערעם צװישן די צעטײלונגען פֿון פּױלן סוף־18טן יאָרהונדערט און דעם אױסבראָך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. אײניקע היסטאָריקער רופֿן די דאָזיקע תּקופֿה „דאָס לאַנגע נײַנצטנע יאָרהונדערט‟. יעדעס קאַפּיטל באַהאַנדלט דעם באַגריף פֿון ליטע אינעם אײגענעם נאַציאָנאַל־קולטורעלן קאָנטעקסט. װעגן דעם ייִדישן באַגריף פֿון ליטע שרײַבן צװײ פֿאָרשער, דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער װלאַדימיר לעװין און דער ליטװישער דאַריוס סטאַליונאַס.
דער באַגריף „ליטא‟ באַװײַזט זיך אין מיטלאַלטער אין רבנישע כּתבֿים און אין די פּנקסים פֿון װעדים, די אָרגאַנען פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמער רעגירונג. זינט דעם אָנהײב פֿונעם 17טן יאָרהונדערט און ביז 1761 האָט „מדינת ליטא‟ געהאַט אַן אײגענעם װעד, װאָס האָט געהאַט אַחריות פֿאַר זאַמלען שטײַערן פֿון ייִדישע קהילות פֿאַרן מלכות. ליטא האָט געהאַט צװײ קלענערע שטחים, זמוט (זאַמעט) אין צפֿון־מערבֿ און רײַסן אין מיזרח. „זאַמעט‟ שטאַמט פֿונעם פּױלישן־ליטװישן געאָגראַפֿישן נאָמען „סאַמאָגיטיאַ/זשעמײַטיאַ‟ און „רײַסן‟ פֿונעם סלאַװישן „רוס‟. נאָך דעם, װי דער װעד מדינת ליטא איז אָפּגעשאַפֿן געװאָרן און ליטא איז געװאָרן אַ טײל פֿון דער רוסישער אימפּעריע, זײַנען די געאָגראַפֿישע באַגריפֿן פֿאַרבליבן אינעם ייִדישן זכּרון. מיטן אױפֿקום פֿון חסידות אָנהײב נײַצנטן יאָרהונדערט איז אין רײַסן פֿאַרשפּרײט געװאָרן חב״ד, בעת ליטע און בפֿרט זאַמעט זײַנען פֿאַרבליבן שטרענג מתנגדיש.
דװקא אין זאַמעט זײַנען אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט אַנטשטאַנען די באַרימטע „ליטװישע‟ ישיבֿות אין טעלז און סלאָבאָדקע. אַן אָרטיקער היסטאָריקער, ד. מ. ליפּמאַן, האָט באַשריבן דעם כאַראַקטער פֿון זאַמעטער ייִדן אין זײַן בוך „לתּולדות היוהודים בליטא־זאַמוט‟ דורך די דאָזיקע באַגריפֿן: עקשנות, קאָנסערװאַטיזם, רעליגיעזע שטאַנדהאַפֿטיקײט און התמדה, באַשײדנקײט. אָבער די שכנים אױפֿן צפֿון־צד, די קורלענדער ייִדן, האָבן ניט געהאַלטן פֿון די זאַמעטער ייִדן. װי עס דערמאָנט מאַקס װײַנרײַך, װאָס שטאַמט טאַקע פֿון קורלאַנד, „פֿאַרן קורלענדער ייִד איז די װעלט געװען אײַנגעטײלט אין באַלטישע פּראָװינצן (אײגנטלעך נאָר קורלאַנד מיט ריגע) און „זאַמעט‟. יעדער ייִד פֿון דער פֿרעמד איז געװען אַ „זאַמעטער‟, אַפֿילו װען ער איז געקומען צו פֿאָרן פֿון קעשענעװ אָדער פֿון אירקוטסק. און װי דער שטײגער איז, האָבן קורלענדער געהאַלטן אַז זײ זײַנען אײדעלער, קולטורעלער.‟
פֿאַר דער דרױסנדיקער װעלט זײַנען אַלע ייִדן פֿון די דאָזיקע שטחים „ליטװאַקעס‟. מען דערקענט זײ לױט זײער דיאַלעקט פֿון ייִדיש און לױט זײערע מנהגים. דער סטערעאָטיפּ פֿון אַ ליטװאַק איז געװען ספּעציעל שאַרף איּן פּױלן. װאַרשע האָט צוגעצױגן אַ סך ייִדן פֿון די צפֿון־מיזרחדיקע פּראָװינצן פֿונעם אַמאָליקן רוסישן תּחום־המושבֿ, און די פּױלישע נאַציאָנאַליסטן האָבן זײ באַשולדיקט איּן כּלערלײ חטאים.
דער אָנדענק פֿונעם אַמאָליקן מדינת־ליטא האָט זיך אָפּגעהיט ניט נאָר אין דער ייִדישער שפּראַך און מנהגים, נאָר אױך אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. דערבײַ האָט זיך די „פּאָעטישע‟ געאָגראַפֿיע ניט גענױ צונױפֿגעפֿאַלן מיט דער היסטאָרישער. משה קולבאַקס פּאָעמע „רײַסן‟ שילדערט די װאַלדיקע געגנט אַרום די טײַכן ניעמען און װיליע, װאָס געפֿינען זיך אין דעם סאַמע האַרץ פֿון ליטע. רײַסן ליגט גאַנץ װײַטלעך קײן מיזרח, אין די געגנטן אַרום מאָלעװ און שקלאָװ. מסתּמא האָט קולבאַק געװאָלט באַטאָנען דעם סאַמאָראָדנעם מהות פֿון זײַנע העלדן, װאָס לעבן אין האַרמאָניע מיט דער װײַסרוסישער נאַטור.
מער אַקוראַט איז געװען לײב נײַדוס אין זײַנע „ליטװישע אַראַבעסקן‟: „כ’האָב ליב די אָרעמע זאַמד־פֿעלדער פֿון ליטע און זאַמעט, / די אַלטע, מאָכיקע שטײנער בײַם װעג, / די לאָנקעס מיט זײער באַשײדענעם גרינעם סאַמעט‟. נײַדוס גיט איבער דעם אײגנאַרטיקן מהות פֿון דער ליטװישער לאַנדשאַפֿט דורך פּאָעטישע קלאַנגען, „זאַמעט - זאַמד - סאַמעט‟. ייִדישע געאָגראַפֿישע נעמען האָבן ניט אָפּגעשפּיגלט די פּאָליטישע געאָגראַפֿיע, באַטאָנען לעװין און סטאַליונאַס. פּאָליטיש זײַנען ליטװאַקעס געװען לכתּחילה „פּױלישע‟, און שפּעטער, אין דער צװײטער העלפֿט פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט זײַנען זײ געװאָרן „רוסישע‟ ייִדן. זײער פּאָליטישער מצבֿ האָט זיך דראַמאַטיש געביטן מיט דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען זײ האָבן געמוזט אױסקלײַבן אַ נײַע נאַציאָנאַלע און פּאָליטישע אידענטיטעט. דװקא דעמאָלט האָט זיך אױפֿגעװעקט דער אינטערעס צו דער לאָקאַלער ייִדישער געשיכטע אין ליטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.