אַחוץ אירע פֿאַרשידנאַרטיקע טעטיקייטן ווי אַן אַקטיוויסטקע לטבֿות דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין ישׂראל, אַרבעט בעלאַ בריקס קלײַן שוין לאַנגע יאָרן צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון איר טאַטן, דעם ייִדישן שרײַבער ירחמיאל בריקס.
ירחמיאל בריקס, וואָס איז געווען אַן אַקטיווער פּענמענטש אין לאָדזש פֿאַר דער מלחמה, איז הײַנט איבערהויפּט באַקאַנט ווי אַ חורבן־שרײַבער. זײַנע זיבן ביכער וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין לאָדזשער געטאָ, צווישן זיי — „דער ׳קייסער אין געטאָ׳‟, „אַ קאַץ אין געטאָ‟ און „געטאָ־פֿאַבריק 76‟ — זענען געווען די טעמע פֿון בעלאַ בריקס־קלײַנס מאַגיסטער־אַרבעט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט.
אַחוץ דעם אַקאַדעמישן תּחום האָט בריקס־קלײַן שוין לאַנגע יאָרן בדעה געהאַט אויפֿצופֿירן אַ פּיעסע וועגן אירע זכרונות פֿון אירע טאַטע־מאַמע, וואָס האָבן ביידע דורכגעמאַכט אוישוויץ. זי האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס אַז שוין העכער 15 יאָר פֿאַרשרײַבט זי אַנעקדאָטן פֿון אירע קינדער־יאָרן, וואָס וואָלטן געפּאַסט פֿאַר אַזאַ פּיעסע.
אין יוני וועט זי צום ערשטן מאָל פֿאָרשטעלן די אויטאָביאָגראַפֿישע פּיעסע „מײַן טאַטנס טאָכטער‟ אינעם תּל־אָבֿיבֿער „אַרבעטער־רינג‟. די פּראָגראַם וועט זי פֿאָרשטעלן אויף העברעיִש אָבער איין פֿאָרשטעלונג וועט טאַקע זײַן אויף ייִדיש. די אויפֿפֿירונג נעמט אַרײַן פֿאַרשידענע רירנדיקע מאָמענטן פֿון איר לעבן ווי, למשל, ווי אַזוי דער טאַטע האָט זי אויסגעלערנט צו לייענען ייִדיש און זינגען ייִדישע קינדערלידער און ווי די טראַוומע פֿונעם חורבן האָט געווירקט אויף איר משפּחה. די פּיעסע שילדערט אויך איר עולה זײַן קיין ישׂראל, דעם פֿאַרלוסט פֿון איר מאַן און איר באַשלוס אָנצוהייבן אַ צווייטע קאַריערע ווי אַ קולטור־טוערין לטובֿות ייִדיש. אין אַלע פֿאָרשטעלונגען וועט זי זינגען אַ צאָל ייִדישע לידער.
די פּיעסע, אונטערן רעזשי פֿון דורי אנגל, וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן פֿיר מאָל אין יוני. אויף העברעיִש וועט זי אויפֿטרעטן דעם 4טן, 6טן און 18טן יוני, 7 אַ זייגער אין אָוונט, און אויף ייִדיש: דעם 12טן יוני, 11:30 אין דער פֿרי. כּדי צו קויפֿן אַ בילעט, שרײַבט: mayntatnstokhter@gmail.com.
בריקס־קלײַן האָפֿט צו ברענגען „מײַן טאַטנס טאָכטער‟ אויף גאַסטראָל אין אייראָפּע און אַמעריקע. אַחוץ העברעיִש און ייִדיש האָט זי אויך בדעה פֿאָרצושטעלן די פּיעסע אויף ענגליש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.