די ווירקלעכקייט – נישט אָביעקטיוו

Reality Isn't Objective

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 28, 2019.
Flickr

נישט לאַנג צוריק האָט אַ גרופּע יונגע אייראָפּעיִשע וויסנשאַפֿטלער דורכגעפֿירט אַן עקספּערימענט, לויט וועלכן די ווירקלעכקייט אַרום אונדז ווענדט זיך אין דער פּערספּעקטיוו פֿונעם מענטש.

אין דער מאָדערנער פֿיזיק איז שוין לאַנג באַוווּסט דער פֿאַקט, אַז אינעם אָפּמעסטן געוויסע קוואַנט־פּראָצעסן שפּילט אַ שליסל־ראָלע דער צוקוקער, וועלכער פֿירט דורך די אָפּמעסטונגען. שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז עלעקטראָנען און אַנדערע עלעמענטאַרע טיילעכלעך באַקומען אַ קאָנקרעטע עקסיסטענץ, ווען עמעצער קוקט אויף זיי. אַזאַ סוביעקטיווע אינטערפּרעטאַציע פֿון פֿיזיק האָט געשטיצט דער באַרימטער וויסנשאַפֿטלער נילס באָר, וועלכער האָט געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר זײַנע אַנטדעקונגען אין אַטאָם־ און קוואַנטפֿיזיק אין 1922.

נילס באָר (1885־1962) איז געווען אַ זון פֿונעם דענישן פּראָפֿעסאָר קריסטיאַן באָר און אַ ייִדישער פֿרוי, עלען־אַדלער באָר. זײַן מאַמע האָט געשטאַמט פֿון אַ באַקאַנטער רײַכער משפּחה, באַשעפֿטיקט אין פֿינאַנצן און פּאָליטיק. מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער „ראָקעפֿעלער־פֿונדאַציע‟ האָט ער געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם ראַטעווען ייִדישע וויסנשאַפֿטלער פֿון די נאַציס. ווען דײַטשלאַנד האָט אָקופּירט דענמאַרק, האָט ער געהאָלפֿן צוויי זײַנע קאָלעגן, מאַקס פֿאָן לאַוע און דזשיימס פֿראַנק, אויסצובאַהאַלטן זייערע גאָלדענע נאָבעל־מעדאַלן. באָר האָט זיי צעלאָזט אינעם „קיניגלעכן בראָנפֿן‟, אַ געמיש פֿון אַזאָט־ און שוועבל־זויערס, כּדי די נאַציס זאָלן נישט פֿאַרשטיין, אַז אין דער פֿליסיקייט באַהאַלט זיך אַ גרויסער סכום גאָלד.

מע קאָן זאָגן, אַז די דאָזיקע מעשׂה כאַראַקטעריזירט נילס באָרס אַלגעמיינעם פֿילאָסאָפֿישן צוגאַנג. כּל־זמן קיינער אָבסערווירט נישט די אַרומיקע וועלט, בלײַבט זי בלויז אַ דמיון, ווי די צעלאָזטע גאָלדענע מעדאַל אין אַ פֿלאַש. כאָטש אַלבערט אײַנשטײַן איז באַקאַנט ווי דער פֿאָטער פֿון דער רעלאַטיוויטעט־טעאָריע, איז ער געווען אומצופֿרידן מיט באָרס סוביעקטיוויזם. בעת אַ וויכּוח מיט באָרן, האָט אײַנשטיין באַמערקט, אַז אויב אַלצדינג איז סוביעקטיוו, וואָלט אַפֿילו אַ מויז געקאָנט איבערמאַכן דעם גאַנצן אוניווערס בלויז קוקנדיק אַרום זיך. די ווירקונג פֿונעם אָבסערווירער אין דער קוואַנטפֿיזיק קאָן מען טאַקע אָפּטײַטשן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, לאַוו־דווקא ראַדיקאַל־סוביעקטיוויסטישע.

אין מאַרץ האָט אַ גרופּע סטודענטן פֿון ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און עסטרײַך, בראָש מיטן אַספּיראַנט מאַקסימיליאַנאָ פּאָריעטי, דורכגעפֿירט אַן עקספּערימענט אינעם עדינבורגער אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון העריאָט־וואָט. זיי האָבן אויפֿגעוויזן, אַז באָרס סוביעקטיוויסטישע אינטערפּרעטאַציע איז טאַקע ריכטיק. דער טעאָרעטישער געדאַנק פֿון זייער עקספּערימענט שטאַמט פֿון יודזשין וויגנער (1995-1902) – אַן אַנדער נאָבעל־לאַורעאַט אין פֿיזיק, אַן אונגערישער ייִד, וועלכער האָט במשך פֿון אַ סך יאָרן געאַרבעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

וויגנערס געדאַנק איז בעצם אַ פּשוטער. לויט דער קוואַנטפֿיזיק, באַקומט יעדער פֿאָטאָן אַ געוויסע פּאָלאַריזאַציע, אַ ווערטיקאַלע צי אַ האָריזאָנטאַלע, ווען עמעצער מעסט זי אָפּ. כּל־זמן ס׳איז נישטאָ קיין אָבסערווירער, עקזיסטירט ער אין אַ סופּערפּאָזיציע — אין אַ מין אומבאַשטימטן צושטאַנד. וואָס וועט זײַן, אויב צוויי אומאָפּהענגיקע מענטשן באַקוקן דעם זעלבן פֿאָטאָן? איינער מעסט אָפּ די קאָנקרעטע פּאָלאַריזאַציע, און דער צווייטער ווייסט נישט פֿון יענעמס אָפּמעסטונג. ער זעט, אַז דאָס טיילעכל בלײַבט נאָך אַלץ אינעם „צעלאָזטן‟ סופּערפּאָזיציע־מצבֿ.

אילוסטראַציעס פֿונעם פֿאָרש־אַרטיקל וועגן דעם עדינבורגער עקספּערימענט
Arxiv.org
אילוסטראַציעס פֿונעם פֿאָרש־אַרטיקל וועגן דעם עדינבורגער עקספּערימענט

לויט די נײַע עקספּערימענטן, איז טאַקע אַזוי. דער זעלבער פֿאָטאָן זעט אויס היפּוכדיק פֿאַר צוויי אומאָפּהענגיקע באַקוקער. די נײַעס־וועבזײַט Technologyreview.com פֿונעם מאַסאַטשוסעטסער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט באַמערקט אינעם באַריכט, אַז פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן קוקווינקל איז עס נישט אַזוי חידושדיק. די סטודענטן האָבן צום ערשטן מאָל פּראַקטיש באַשטעטיקט וויגנערס לאַנג באַקאַנטע השערה. דאָס איז אָבער אַ זעלטענער פֿאַל, ווען אַן עקספּערימענט אין פֿיזיק ברענגט צו אַ קאָנקרעטן פֿילאָסאָפֿישן אויספֿיר.

אַוודאי, מיינט עס נישט, אַז אַ מויז, ווי אײַנשטײַן האָט זיך אויסגעדריקט, קאָן מיט אירע אויגן איבערמאַכן דעם גאַנצן אוניווערס. וואָס גרעסער עס זענען די אָבסערווירטע אָביעקטן, אַלץ ווייניקער איז די וואַרשײַנלעכקייט פֿון זייער „חלומדיקער‟ אומאָביעקטיווער אויפֿפֿירונג. דערצו, אויב מע נעמט ערנסט אײַנשטײַנס משל, זענען צווישן חיות נישטאָ קיין וויסנשאַפֿטלער, וואָס זאָלן מעסטן די פּאָלאַריזאַציע פֿון פֿאָטאָנען און פֿירן פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס וועגן דעם. דער אָבסערווירער מוז וויסן, וואָס ער טוט. פֿאָרט, אין פּרינציפּ איז באַשטעטיקט געוואָרן, אַז אינעם מיקראָסקאָפּישן מאַסשטאַב איז די רעאַליטעט נישט אינגאַנצן אָביעקטיוו; כאָטש אין אַ קליינטשיקער מאָס קאָנען מיר באַשטימען די אַרומיקע פֿיזישע וועלט לויט אונדזער סוביעקטיוון קוקווינקל.