ס׳איז לעצטנס אַוועק ר׳ בערל ראַסקין, דער באַליבטער פֿישהענדלער אין קראַון־הײַטס, וואָס האָט שוין במשך פֿון עטלעכע דורות וואַרעם באַגריסט קונים אין זײַן קראָם. זײַן פּנים האָבן אַלע גוט געקענט אַ דאַנק דעם לאָגאָ פֿון זײַנע פֿיש־קאָנסערוון. ער איז געווען 85 יאָר אַלט.
די קראָם אויף „קינגסטאָן‟־עוועניו האָט ראַסקין געגרינדעט אין 1961 און ער האָט געאַרבעט דאָרטן פֿולצײַטיק ביז זײַנע לעצטע טעג. לכתּחילה האָט ער בלויז פֿאַרקויפֿט פֿרישע פֿיש אין קראָם גופֿא אָבער במשך פֿון די יאָרן איז זײַן געשעפֿט געוואַקסן אויף אַ גרעסערן פֿאַרנעם: דעם פֿיש האָט מען שוין אויך פֿאַרקויפֿט פֿאַרפֿרוינערהייט און אײַנגעוויקלט אין פּלאַסטיק, אָדער קאָנסערווירט אין בלעכענע פּושקעס, קען מען הײַנט געפֿינען איבערן גאַנצן ניו־יאָרקער ראַיאָן.
אַחוץ פֿיש איז ראַסקין געווען באַקאַנט פֿאַר די עצות וואָס ער האָט געגעבן זײַנע קונים, ווי אַזוי לײַטיש צו קאָכן פֿאַרשידענע מאכלים. ער האָט געזאַמלט רעצעפּטן, סײַ פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים, סײַ פֿון אַמעריקאַנער, ישׂראלדיקע און אַזיאַטישע, און זיי אויסגעטיילט זײַנע קליענטן.
ראַסקין איז געבוירן געוואָרן אין לענינגראַד (פּעטערסבורג) בײַ אַ פֿרומער משפּחה. דער טאַטע איז אָפֿט אַרעסטירט געוואָרן, ווײַל ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו טראָגן זײַנע אידענטיפֿיקאַציע־דאָקומענטן אום שבת און די סאָוועטישע פּאָליציי האָט דאָס אויסגענוצט ווי אַ תּירוץ אים צו רודפֿן. דער אַנטיסעמטיזם האָט אָבער מסתּמא געראַטעוועט בערלס לעבן: די משפּחה האָט באַשלאָסן האַרט פֿאַר דער מלחמה צו פֿאַרלאָזן לענינגראַד און איז אַוועק קיין גאָרקי (הײַנט: ניזשני נאָווגאָראָד), ווײַט אַוועק פֿונעם פֿראָנט און פֿון דער געפֿערלעכער דײַטשישער באַלאַגערונג, וואָס האָט שפּעטער אַרומגערינגלט לענינגראַד, אומברענגנדיק דערבײַ כּמעט אַלע אײַנוווינער. אין גאָרקי איז דאָס לעבן אויך ניט געווען לײַכט: ראַסקינס טאַטע איז אַוועק צו 36 יאָר.
נאָך דער מלחמה איז ער, צוזאַמען מיט דער מאַמען און דרײַ ברידער, געפֿאָרן קיין פּוילן, דערנאָך עסטרײַך און פֿראַנקרײַך. אין פֿראַנקרײַך האָט די מאַמע געשריבן דעם פֿריִערדיקן ליובאַוויטשער רבין, יוסף יצחק שניאורסאָהן, פֿרעגנדיק, צי די משפּחה זאָל זיך באַזעצן אין אַמעריקע, צי אין ישׂראל. האָט דער רבי געענטפֿערט: אַמעריקע. איז מען דאָרטן געפֿאָרן אין 1953. מיט זיבן יאָר שפּעטער, האָט בערל ראַסקין באַשלאָסן אָנצוהייבן אַ געשעפֿט. האָט דער ליובאַוויטשער רבי אים געראָטן, ער זאָל פֿאַרקויפֿן פֿיש, און אַזוי האָט ער געטאָן. מנחם מענדל שניאורסאָהן און זײַן פֿרוי חיה מושקאַ זענען געוואָרן בײַ ראַסקינען שטענדיקע קונים: יעדע וואָך במשך פֿון 30 יאָר האָט ער זיי געשיקט אַ פֿיש אויף שבת.
כאָטש ר׳ בערל ראַסקין איז אַוועק, בלײַבט דער געשעפֿט אַ משפּחהדיקער: דאָרטן אַרבעטן אַ סך פֿון זײַנע קינדער און אייניקלעך.
מע קען זען אַ קורצן אינטערוויו מיט ר׳ בערל ראַסקין וואָס ליפּא שמעלצער האָט געמאַכט אין 2016.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.