ווען איך האָב דערהערט ווי עס קלינגט די מאָבילקע האָב איך זי אַרויסגענומען פֿון קעשענע און דערזען אויפֿן עקראַן אַ וואַטסאַפּּ־מעלדונג: „יונג ווילנע‟. האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען אַז דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון אַ „טשאַט‟ (שמועס) וואָס וועט דערמעגלעכן אונדזער גרופּע צו בלייַבן אין אַ גרינגער פֿאַרבינדונג במשך פֿון אונדזער דרײַ־טאָגיקן באַזוך קיין ווילנע.
געווען זײַנען מיר צוועלף ייִדישיסטן, ייִדיש־רעדערס, וואָס זייַנען געפֿאָרן אין דער היסטאָרישער ייִדישער שטאָט צווישן דעם 17טן און 19טן מייַ כּדי צו פֿאַרברענגען אויף ייִדיש, זיך לערנען וועגן די אַמאָליקע און איצטיקע ייִדישע אײַנוווינער און הערן וואָס מע דערוואַרט פֿון דער צוקונפֿט. דאָס איז פֿאָרגעקומען אינעם קאָנטעקסט פֿון דער ערשטער „נע־ונד־רייַזע‟, אָרגאַניזירט דורך דער „ייִדישער שטוב‟ אין לאָנדאָן — אַ גרופּּע ייִדישיסטן וואָס טרעפֿן זיך אין פֿאַרשיידענע הייַזער איבער לאָנדאָן צו רעדן און שׂימחהווען אויף ייִדיש. די באַטייליקטע זייַנען געקומען פֿון ענגלאַנד, האָלאַנד, דייַטשלאַנד און — אין דער לעצטער מינוט — אויך פֿון שוועדן. צווישן זיי: צוויי מוטיקע אָנהייבער־סטודענטן פֿון ייִדיש.
פֿרייַטיק זייַנען מיר אַלע אָנגעקומען אין ווילנע, יעדער צו זײַן רעזערווירטער דירה אָדער אַכסניא. אַלע האָבן געהאַט אַ צייַטפּּלאַן, מיט די אַדרעסן פֿון אַלע אַקטיוויטעטן, און אַ ריי טעקסטן אויף ייִדיש וועגן ווילנע — סייַ פּּאָעזיע, סײַ פֿראַגמענטן פֿון מעשׂיות און זכרונות פֿון וויכטיקע מחברים.
די פּּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן יענעם אויפֿדערנאַכט אין דער ווילנער שול, וווּ מע האָט געפֿירט קבלת־שבת. די שול איז געווען געפּּאַקט, און מיר זייַנען געבליבן אויפֿן קידוש און וועטשערע. מיר האָבן זיך ניט געריכט אַז מע וועט הערן אַ סך ייִדיש דאָרטן, אָבער הרבֿ שלום־בער קרינסקי האָט געמאָלדן אַז ער וועט לכּבֿוד אונדז איבערזעצן אַלץ וואָס ער זאָגט אויף ייִדיש, און אַזוי האָבן אויך די אַנדערע אין קהל געהאַט אַ געלעגנהייט צו הערן און זיך דערמאָנען אַ ביסל ייִדיש.
שבת אין דער פֿרי זענען מיר אַרויס אויפֿן וויכטיקסטן וויזיט פֿון דער פּּראָגראַם: אַ טרעפֿונג מיט פֿאַניע בראַנצאָווסקי, דער געוועזענער פּּאַרטיזאַנקע אין דער ווילנער געטאָ און אַרומיקע וועלדער, בײַ איר אין דער היים. ווען מיר האָבן ערשט געהאַלטן בײַם פּלאַנירן די נסיעה, האָט אונדז פֿאַניע שוין איבערגעגעבן אַז פֿיר טעג נאָך דעם ווי מיר טרעפֿן זי, וועט זי ווערן 97 יאָר אַלט. האָבן מיר איר געקויפֿט אַ שיינעם בוקעט און איר געזונגען צום געבוירן־טאָג אויף ייִדיש. זי איז געווען זייער צופֿרידן, און האָט אונדז דערציילט אַז זי האָט שטאַרק ליב בלומען און אַז אין געטאָ פֿלעגט מען שיסן מענטשן וואָס האָבן פּּרובירט אַרייַנברענגען בלומען. זי האָט אויך גערעדט וועגן פֿאַרשיידענע תּקופֿות אין איר לעבן, פֿאַר און במשך דער מלחמה.
בײַם סוף האָט פֿאַניע אונדז אַ פֿרעג געטאָן: „ווייסט איר וואָס איז דער אונטערשייד צווישן די ענגלענדער און די ייִדן?‟
מיר האָבן זיך איבערגעקוקט און געענטפֿערט: „מיר האָבן ניט קיין אַנונג!‟
זאָגט פֿאַניע: „די ענגלענדער גייען אַוועק אָבער געזעגענען זיך ניט. ייִדן געזעגענען זיך יאָ אָבער גייען ניט!‟ מיר האָבן זיך אַלע צעלאַכט. פֿאַניע איז געווען גערעכט, ווײַל מיר זענען טאַקע ווײַטער געבליבן אַ ביסל. עמעצער האָט פֿאָרגעלייגט דעם וווּנדערלעכן אײַנפֿאַל צו זינגען צוזאַמען דעם „זאָג ניט קיינמאָל‟. דאָס איז אפֿשר געווען איינער פֿון די שענסטע מאָמענטן פֿון אונדזער רייַזע אין ווילנע.
מע האָט זיך געאײַלט אָנצוהייבן דעם שפּּאַציר אויף ייִדיש מיט דער אָרטיקער וועגווײַזערין רעגינע קאָפּּילעוויטש. מיט צוויי טעג פֿריִער האָבן מיר זיך דערוווּסט אַז עס וועט פֿאָרקומען אַ כּלי־זמר קאָנצערט אין „ווילנער גאון מוזיי‟ דרײַ אַ זייגער, האָבן מיר דערפֿאַר פֿאַרקירצט דעם שפּּאַציר אַ ביסל. מיר האָבן אָבער יאָ באַוויזן צו באַזוכן דעם געוועזענעם ווילנער געטאָ און אַנדערע וויכטיקע ערטער וואָס זייַנען עדות פֿון ייִדישן לעבן אין דער שטאָט; אַזוי ווי, למשל, די ייִדישע אותיות און ווערטער וואָס זײַנען פֿאַרבילבן אויף די ווענט פֿון אַ טייל בנינים.
אויפֿן כּלי־זמר קאָנצערט האָט מען געטאַנצט און געהוליעט. צוויי פֿון אונדזער גרופּּע וואָלטן געקענט שרייַבן אַן אייגן קאַפּיטל וועגן די אָפּקומענישן וואָס זיי האָבן געמוזט אויסשטיין זוכנדיק וואַסער פֿאַר אונדז אַלעמען אין דעם הייסן זוניקן טאָג. ביז זיי האָבן אונדז ווידער געפֿונען איז שוין געווען שפּעט, האָבן מיר געמוזט בייַטן די פּּלענער אויף וועטשערע. אַנשטאָט דעם האָבן מיר געפֿונען אַן אָרט וואָס איז נעענטער. דאָרט האָבן מיר געגעסן באָרשט, די גרעסטע „צעפּּעליני‟ (פּיראָגן געפֿילט מיט קאַרטאָפֿל און פֿלייש אָדער קעז) וואָס מיר האָבן אַמאָל געזען, און אַנדערע געשמאַקע טראַדיציאָנעלע מאכלים.
מיר האָבן פֿאַרענדיקט דעם טאָג אין אַ ביכער־געשעפֿט, מיט טעפּּלעך טיי און קאַווע, לייענענדיק פּּאָעזיע אויף ייִדיש. מיר האָבן באַשלאָסן, אַז די צוויי אָנהייבער זאָלן דערווײַל קריגן אַ פֿאָרמעלע ייִדיש־לעקציע, האָט טאַמאַרע גליסאָן דאָס שנעל אָרגאַניזירט. די סטודענטן האָבן שפּעטער געזאָגט אַז דאָס איז געווען אַ גוטער אײַנפֿאַל ווײַל אַזוי האָבן זיי געקענט צוגעבן נאָך מער ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן צו זייער ווערטער־אוצר.
זונטיק האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט שמעון גורעוויטש, דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער קהילה אין ווילנע, אינעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור און אינפֿאָרמאַציע. ער האָט אונדז דערציילט וועגן די הייַנטיקע אַנטוויקלונגען אין ליטע, און וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש און ייִדן אין ליטע בכלל, ווי אויך וועגן זייַן לאַנגיאָריקער אַרבעט לטובֿת ייִדיש לעבן אין ווילנע. בײַם סוף, ווען מען האָט געדאַרפֿט שליסן דעם צענטער, האָט שמעון אונדז געפֿרעגט: „ווייסט איר, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן ענגלאַנדער און ייִדן?‟ מיר האָבן שמייכלענדיק זיך איבערגעקוקט און דאָס מאָל ריכטיק געענטפֿערט אויף דער פֿראַגע!
מיר האָבן געדאַרפֿט פֿאָרן אויף אַ וואַרשטאַט אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטיק אָבער אונטערוועגנס זענען מיר מיט אַ מאָל געוואָרן הונגעריק. זײַנען מיר אַרײַן אינעם „קלייט פֿון בייגעלעך‟, אַ קאַווע־שטיבל אין ייִדישן קהילה־בנין. דאָרטן געפֿינען זיך ביכער וועגן ייִדישקייט אין ווילנע און ליטע, ווי אויך אַ קליינע אויסשטעלונג פֿון היסטאָרישע מעלדונגען, אַ סך פֿון זיי — אויף ייִדיש.
אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, האָט די פֿאָרשערין מיגלע אַנושאַוּסקײַטע אונדז דערציילט וועגן דער „פּאַפּירענער בריגאַדע‟ — די דאָקומענטן וועגן דער ווילנער געטאָ וואָס מע האָט ערשטע לעצטנס אַנטדעקט און וואָס מע פֿאָרשט איצט אינעם יודאַיִסטיק־צענטער. זי האָט אונדז אויך געוויזן אַ קעסטל העפֿטן פֿון די נאָך נישט אַנאַליזירטע מאַטעריאַלן — אַ קאָלעקציע פֿון דער ווילנער ייִוואָ, פֿון אויטאָביאָגראַפֿיעס וואָס צענערלינגען האָבן געשריבן אויף ייִדיש ווי אַ טייל פֿון אַ קאָנקורס. דזשעפֿרי שאַנדלער האָט געשריבן וועגן יענעם קאָנקורס אין זײַן בוך Awakening Lives אָבער די אָ העפֿטן האָט מען ערשט לעצטנס געפֿונען. הייסט עס, אַז מיר זייַנען געווען ממש די ערשטע זינט דעם חורבן צו עפֿענען די העפֿטן פֿון די יונגע לײַט און לייענען וועגן זייער לעבן. שפּעטער האָט איינער פֿון אונדזער גרופּּע געשריבן אויף פֿייסבוק, אַז ער איז געווען שטאַרק באַאייַנדרוקט פֿון ווילנע, און אַז דאָס עפֿענען און לייענען אויסצוגן פֿון די העפֿטן איז געווען אַ וווּנדערלעכע איבערלעבונג.
ווען מיר זייַנען אַרויס פֿון ביבליאָטעק האָבן ס׳רובֿ פֿון דער גרופּע שוין געדאַרפֿט פֿאָרן אין פֿליפֿעלד. עטלעכע האָבן געהאַט אַ ביסל מער צייַט, האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין פּּאָנאַר, וווּ 70,000 ייִדן זייַנען אומגעקומען אין די הענט פֿון די נאַציס און ליטווישע מיטהעלפֿערס. אפֿשר זעט אויס אַ ביסל מאָדנע וואָס פּּאָנאַר איז ניט געווען אין אונדזער אָפֿיציעלן צײַטפּלאַן. מיר האָבן פֿריִער געהאַט דיסקוטירט וועגן דעם, און באַשלאָסן אַז מע האָט ניט קיין צייַט אַלץ צו זען און אונדזער ציל איז ניט געווען צו רעדן בלויז וועגן דעם חורבן, נאָר אויך וועגן די הייַנטיקע אַנטוויקלונגען און אַנדערע ענינים וואָס מע רעדט ניט וועגן דעם אויף די געוויינלעכע טורן פֿון ווילנע און ליטע.
נו, דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. זייַנען מיר טאַקע געפֿאָרן קיין פּּאָנאַר, וווּ מיר האָבן פֿאָרגעלייענט עטלעכע פֿראַגמענטן פֿון קאַרפּּינאָוויטשעס „טאַמאַרע די הויכע‟, סוצקעווערס אַ ליד וועגן פּּאָנאַר, און אבא קאָוונערס „נזכּור‟. ס’איז געווען אַ שווערער אופֿן צו שליסן דעם אויסערגעוויינטלעכן סוף־וואָך. בײַ אונדז אין דער נשמה האָט אָבער ווײַטער געקלונגען דער ווידערקול פֿון „מיר זייַנען דאָ‟, ווי מיר האָבן עס געזונגען מיט אונדזער ליבער פֿאַניע בראַנצאַווסקי אין איר שטוב אין דער הײַנטיקער ווילנע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.