די אומגעריכטע הצלחה פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך אויף ייִדיש‟ האָט, סוף־כּל־סוף, געוויזן דער וועלט אַז דער טעאַטער־עולם איז גרייט און וויליק צו זען אַ מיוזיקל וווּ דער דיאַלאָג און די לידער זענען אין גאַנצן אויף ייִדיש.
די אומדערוואַרטע הצלחה פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „שטיסל‟, האָט אונדז געוויזן נאָך עפּעס: אַז דער ברייטער עולם איז גרייט נישט בלויז אויף מיוזיקלס, נאָר אויך אויף מאָדערנע משפּחה־דראַמעס אויף ייִדיש.
דעם ערשטן סימן דערפֿון האָט מען שוין געקענט זען אין האַרבסט 2015 מיט דער ייִדיש־שפּראַכיקער פּראָדוקציע פֿון „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟, דורכן „ניו־ייִדיש רעפּ‟. אַרטור מילערס באַרימטע פּיעסע, איבערגעזעצט פֿון יוסף בולאָוו, שילדערט די טראַגישע ירידה פֿון ווילי לאָמאַן, אַ וואָיאַזשאָר וואָס קען נישט שלום מאַכן מיט זײַנע דורכפֿאַלן אין לעבן ווי אַ פֿאַרקויפֿער, ווי אַ מאַן און װי אַ טאַטע.
די פּיעסע האָט געקלונגען אַזוי נאַטירלעך אויף ייִדיש אַז מע האָט גרינג געקענט פֿאַרגעסן אַז מילער האָט דאָ בכלל נישט אין זינען געהאַט קיין ייִדישע משפּחה. בעת דעם קלימאַקס פֿון דער דראַמע — דעם עמאָציאָנעלן צוזאַמענשטויס צווישן ווילי (אַבֿי האָפֿמאַן) און זײַן עלטערן זון ביף (דניאל קאַהן) — האָב איך, זיצנדיק אין עולם, געוואַרט מיט פֿאַרהאַלטענעם אָטעם צו זען וואָס ס׳וועט געשען, כאָטש איך האָב שוין געוווּסט ווי אַזוי עס וועט זיך ענדיקן. די שטייענדיקע אָוואַציעס בײַם סוף פֿון דער פֿאָרשטעלונג און די פּאָזיטיווע רעצענזיעס אין דער ענגליש־שפּראַכיקער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דער “ניו־יאָרק טײַמס”, האָבן אָנגעוויזן אַז ייִדיש איז נישט בלויז אַ לשון פֿאַר קאָמיקער און מוזיקאַלישע ספּעקטאַקלען, נאָר אויך פֿאַר ערנסטע דראַמעס.
די הצלחה פֿון „שטיסל‟ איז אויך מערקווערדיק צוליב אַ צווייטער סיבה: נישט בלויז ווײַל בערך 20% פֿונעם דיאַלאָג איז אויף ייִדיש, נאָר ווײַל די מעשׂה קומט פֿאָר אינעם 21סטן יאָרהונדערט. דער הויפּטהעלד, שלום שטיסל, איז אַן אַלמן אין די 70ער װאָס דאַרף געפֿינען אַ שידוך סײַ פֿאַר זיך, סײַ פֿאַר זײַן זון; אין דער זעלבער צײַט גיט ער זיך אָפּ מיט זײַן אײגענער מאַמען װאָס פּרוװט זיך געפֿינען אַן אָרט אין מושבֿ־זקנים.
Go2Films- Shtisel Season 2- Clip from Go2Films on Vimeo.
אַזאַ אונטערשײד צו זען סצענעס אויף ייִדיש פֿון הײַנטיקן לעבן! אין ייִדישן טעאַטער זעען מיר טאַקע גוטע פּיעסעס אָבער אַלע קומען פֿאָר אין אַ פֿריִערדיקער תּקופֿה, צי דאָס איז אַנאַטעקווקע בײַם אָנהייב צוואָנציקסטן יאָרהונדערט צי ניו־יאָרק גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס: אויב מע וויל אַ גוטע פּיעסע אויף אַ נאַטירלעכן ייִדיש, איז די בעסטע זאַך אויפֿצופֿירן אַ ווערק פֿון אַ שרײַבער וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין דער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן.
„שטיסל‟ ווײַזט אָבער ווי אַזוי מע קען שאַפֿן געראָטענע סצענעס אויף אַ נאַרטירלעכן ייִדיש וואָס קומען נישט פֿאָר אין 1915 אָדער 1945, נאָר אין 2005. ווי עס גיט איבער אַן אַרטיקל אין „אינגעוועב‟ קענען די ישׂראלדיקע שרײַבער פֿון „שטיסל‟, יהונתן אינדורסקי און אורי אלון, בכלל נישט קיין ייִדיש. האָבן זיי אָנגעשריבן דעם סצענאַר אויף העברעיִש און אָנגעשטעלט ייִדיש־רעדנדיקע קאָסולטאַנטן פֿון דער חרדישער קהילה (ווײַל ס’רובֿ פֿון די פּערסאָנאַזשן זענען דאָך פֿון די חרדישע קרײַזן אין ירושלים), זיי זאָלן אויסבעסערן דעם אַרויסרייד פֿון די אַקטיאָרן און זיי ווײַזן די נאַטירלעכע זשעסטן פֿון ייִדיש־רעדער. נאָכן פּראָדוצירן אַ קאַפּיטל האָט מען די סצענעס אויף ייִדיש צו ערשט געוויזן די קאָנסולטאַנטן כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז דאָס לשון קלינגט גוט און אויב נייטיק — אויסצובעסערן די גרײַזן.
דער רעזולטאַט איז אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם וווּ די רעפּליקן אויף ייִדיש קלינגען ווי מע האָט זיי לכתּחילה אָנגעשריבן אויף ייִדיש.
אינדורסקי און אלון זענען נישט פֿון דער חרדישער װעלט אָבער זיי האָבן גוט אויסגעפֿאָרשט די דינאַמיק פֿון חרדישן משפּחה־לעבן אין ירושלים און זענען דערצו סענסיטיווע אָבסערווירער פֿון דער מענשלעכער פּסיכאָלאָגיע. אַ דאַנק זייער טאַלאַנט און געניטקייט ווערט דער צוקוקער אַרײַנגעצויגן אין די פֿריידן און ליידן פֿון דער צעצװײַגטער משפּחה שטיסל אויף אַזוי ווײַט אַז ווען מע האָט אָפּגעשטעלט די סעריע נאָכן צווייטן סעזאָן האָבן די צוקוקער אויסגעדריקט אַ פֿאַרלאַנג אויף נאָך אַ סעזאָן. נאָך דעם ווי מע האָט צוגעגעבן ענגלישע אונטערקעפּלעך צו דער פּראָגראַם און זי געמאַכט צוטריטלעך דורך „נעטפֿליקס‟, האָט זיך פֿאַרכּפֿלט די צאָל אָנהענגער פֿון דער פּראָגראַם.
אינדרוסקי האָט לעצטנס געמאָלדן אַז מע האָט טאַקע באַשלאָסן צוצוגרײטן נאָך אַ סעזאָן אָבער דערװײַל איז עס נאָך נישט קיין זיכערע זאַך, צוליב אַ מחלוקת וועגן דעם געהאַלט פֿון די אַקטיאָרן.
צי עס וועט יאָ פֿאָרקומען נאָך אַ סעזאָן פֿון „שטיסל‟ צי נישט, האָף איך אַז די פּראָדוצירער פֿון ייִדישן טעאַטער דאָ אין אַמעריקע (װי אויך פֿון “ייִדישפּיל” אין ישׂראל) װעלן אין דער נאָענטער צוקונפֿט אָנהייבן קלערן ווי אַזוי מע װאָלט געקענט צונויפֿגיסן די טאַלאַנטן וואָס מיר האָבן אויף דער ייִדישער גאַס כּדי צו שאַפֿן אינטערעסאַנטע דראַמעס װאָס שפּיגלען אָפּ דאָס לעבן פֿון ייִדן אינעם 21סטן יאָרהונדערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.