ווייניק באַרימטע מענטשן אין דער ייִדישער געשיכטע זענען אַזוי מיסטעריעז, ווי דער לעגענדאַרער גרינדער פֿון דער חסידישער שיטה אין ייִדישקייט. עס זענען פֿאַראַן חילוקי־דעות, צי זײַן יאָרצײַט פֿאַלט דעם ערשטן טאָג שבֿועות, אָדער דעם צווייטן. דער בעל־שם־טובֿ איז ניפֿטר געוואָרן אין בין־השמשות, דעם אָוונט צווישן די טעג. אַ טייל חסידים באַטראַכטן ביידע טעג פֿונעם חג־השבֿועות ווי זײַן יאָרצײַט.
אויף וויפֿל מע ווייסט, איז רבי ישׂראל בן אליעזר, באַקאַנט ווי דער בעל־שם־טובֿ, געבוירן געוואָרן בערך אינעם יאָר 1698, אינעם קליינעם שטעטל אָקופּ. ס׳רובֿ פֿאָרשער האַלטן, אַז דאָס איז דאָס דאָרף אָקאָפּי אין דער טאַרנאָפּאָלער געגנט פֿון אוקראַיִנע. הײַנט וווינען דאָרט בערך 2,000 תּושבֿים. דאָס דאָרף איז געגרינדעט געוואָרן אין 1692, מיט עטלעכע יאָר פֿאַרן בעל־שם־טובֿס געבורט.
לויט דער חסידישער מסורה, איז דער בעל־שם־טובֿ געוואָרן אַ יתום בײַ אַ יונגן עלטער, דערנאָך האָט ער פֿאַרלוירן זײַן ערשטע פֿרוי. קיין קינדער האָט ער מיט איר נישט געהאַט. ווען ער האָט חתונה געהאַט מיט זײַן צווייטער פֿרוי, חנה, האָט ער שוין געהאַט די רעפּוטאַציע פֿון אַ גרויסן מיסטיקער, וועלכער האָט אַ סך אַרומגעוואַנדערט. ווען דער בעל־שם האָט זיך באַזעצט אין מעזשביזש, אַ קליין דערפֿל אין פּאָדאָליע, בערך אין 1740, האָט זיך אַרום אים גלײַך געשאַפֿן אַ קרײַז פֿון עטלעכע צענדליקער תּלמידים — דער יאָדער פֿון דער קומענדיקער חסידישער באַוועגונג. אין 1760 איז ער ניפֿטר געוואָרן; זײַן קבֿר אין מעזשביזש בלײַבט צווישן די פּאָפּולערסטע ערטער פֿון די חסידישע נסיעות אויף קבֿרי־צדיקים.
וועגן דעם בעל־שם־טובֿ דערציילט מען אומצאָליקע מעשׂיות. די חסידים אַליין באַציִען זיך צו אַ סך פֿון זיי נישט צו ערנסט. עס קלינגט אָבער גאַנץ רעאַליסטיש, אַז ער האָט כּסדר פֿאַרבראַכט די צײַט אין אַ הייל. זײַענדיק שטילע, פֿינצטערע ערטער, וווּ קיין איבעריקע שפּירונגען שטערן נישט דעם מוח, זענען די אונטערערדישע סטרוקטורן באַזונדערס מסוגל פֿאַר תּפֿילות און מעדיטאַציעס. לויט אַ באַקאַנטן חסידישן ניגון, פֿלעגט דער בעל־שם־טובֿ זיך מתבודד זײַן אין אַ געוויסער הייל, „אַ מערהלע‟ צווישן קאָסעוו און קיטעוו. ביידע שטעטלעך געפֿינען זיך טאַקע אינעם ראַיאָן פֿון די קאַרפּאַטישע בערג, וווּ עס זענען פֿאַראַן אַ סך היילן. די בשכנותדיקע טאַרנאָפּאָלער געגנט איז וועלט־באַרימט מיט אירע ריזיקע נאַטירלעכע מערות, אַרײַנגערעכנט די הייל באַקאַנט ווי „די אָפּטימיסטישע‟, וואָס באַטרעפֿט בסך־הכּל 230 קילאָמעטער אָדער 140 מײַל. ס׳איז די לענגסטע הייל אין אייראָפּע און אַזיע, איינע פֿון די גרעסטע אין דער וועלט, אַנטדעקט דורך אַ גרופּע סאָוועטישע ספּעלעאָלאָגן אין 1966.
סײַ די רויבערס און אַנדערע פֿאַרברעכער, סײַ פֿאַרשיידענע מיסטיקער, האָבן פֿון קדמונים אָן געקענט אַזעלכע ערטער. אין אַן אַנדער ריזיקער אונטערערדישער סיסטעם אין דער טאַרנאָפּאָלער געגנט, באַקאַנט ווי „דעם גלחס הייל‟, האָבן זיך עטלעכע ייִדישע משפּחות אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס בעת דעם חורבן. אינעם יאָר 2013 איז אַרויס וועגן זיי דער אַמעריקאַנער דאָקומענטאַר No Place on Earth („נישטאָ קיין אָרט אויף דער ערד‟).
נישט צופֿעליק טראָגט די הייל אַזאַ נאָמען. ווי מע זאָגט: „ווי עס גוייִשט זיך, אַזוי ייִדישט זיך‟. אין די קאַרפּאַטישע בערג און היילן האָבן אָפֿט געוווינט מאָנאַכן און נישט־ייִדישע סגולה־מומחים. אונדזער בעל־שם־טובֿ האָט זיך זיכער נישט איין מאָל געטראָפֿן אין אַזעלכע מקומות מיט זײַנע קריסטלעכע קאָלעגן.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער גײַסטיקער קלימאַט אין דער דעמאָלטיקער מיזרח־אייראָפּע איז געווען זייער אַ געראָטענער פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער חסידישער באַוועגונג. די מתנגדים האָבן אויך אַרויסגעוויזן אַ מאַסן־אינטערעס צו קבלה, מיסטישע כּוונות־התּפֿילה, אַסקעטישע לעבנס־שטייגערס און פּערזענלעכע זוכענישן פֿון רוחניות.
הײַנט זענען פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס באַקאַנט ווי די סאַמע פֿאַרמאַכטע קרײַזן אין דער ייִדישער וועלט — אַ מין „הייל־מענטשן‟, וואָס לייקענען אָפּ די מאָדערנקייט און פּראָגרעס. לכתּחילה שטאַמען זיי אָבער פֿון אַ מענטש, וועלכער האָט נישט מורא געהאַט אַרומצוּוואַנדערן אין עכטע היילן, ווי אַ מין „היפּי‟, אַ גײַסטיקער רעוואָלוציאָנער. די באַוועגונג מיט אַ בפֿירוש משיחישן טעם און דעם טראָפּ אויף נאַטור־וואַנדערונגען האָט איבערגעשראָקן די מתנגדים; מע קאָן זאָגן, אַז די פֿריִיִקע חסידים האָבן זיך געפֿירט דווקא ווי גײַסטיקע פֿאָלק־רעוואָלוציאָנערן, „הייל־מענטשן‟ אינעם פּראָגרעסיוון זין פֿון אָפֿנטקייט צו דער וועלט און נאַטור־ליבשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.