שוין לאַנגע יאָרן שטיצט דער ייִדישער ביכער־צענטער אונטער אַ ריי איניציאַטיוון איבערצוזעצן די ייִדישע ליטעראַטור אויף ענגליש.
קודם האָט מען אין 2001 לאַנצירט אַ פּראָגראַם בײַם פֿאַרלאַג פֿון „יעיל־אוניווערסיטעט‟ אַרויסצוגעבן מײַסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף ענגליש. דערנאָך האָט מען אײַנגעפֿירט די סטיפּענדיע־פּראָגראַם פֿאַר איבערזעצער, אין וועלכער מע פֿאַרבעט אַ טוץ איבערזעצער קיין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס אויף דרײַ סוף־וואָכן, זיי זאָלן זיך לערנען די מלאכה פֿון ליטעראַרישן איבערזעצערײַ, און מע שטיצט פֿינאַנציעל זייערע איבערזעצונג־פּראָיעקטן.
כאָטש די פּראָגראַמען האָבן דערפֿירט צו דעם, אַז מע האָט איבערגעזעצט און אַרויסגעגעבן הונדערטער ביכער, דערציילונגען און לידער וואָס וואָלטן אַנדערש געבליבן נישט־צוטריטלעך צו די וואָס קענען ניט לייענען קיין ייִדיש, בלײַבט איין גרויסע שוועריקייט: עס זענען דאָ ווייניקער בעלנים צו לייענען די ביכער ווי מע וואָלט געוואָלט. דער עולם וואָס לייענט איבערגעזעצטע ליטעראַטור אין אַמעריקע איז בכלל אַ קליינע און די אַקאַדעמישע פֿאַרלאַגן וואָס גיבן אַרויס ס׳רובֿ פֿון די איבערזעצונגען פֿון ייִדיש זענען בדרך־כּלל ניט גוט באַהאַוונט אין פֿאַרשפּרייטן זייערע ביכער. דערפֿאַר האַלט דער ייִדישער ביכער־צענטער שוין פֿינעף יאָר אין שאַפֿן פּראָגראַמען, וואָס זאָלן דערמוטיקן מענטשן צו לייענען די איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
לעצטנס האָט דער ביכער־צענטער געלאָזט וויסן וועגן אַ נײַער איניציאַטיוו אַזאַ. מע וועט אויסטיילן געלט און לערנפּלענער די עפֿנטלעכע ביבליאָטעקן, וואָס זענען גרייט צו אָרגאַניזירן ביכערקלובן געווידמעט ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס שילדערן די ייִדישע איבערוואַנדערונג קיין אַמעריקע. דערצו וועט מען שיקן די ביבליאָטעקן 15 עקזעמפּלאַרן פֿון דרײַ ביכער („מאָטל פּייסע דעם חזנס‟ פֿון שלום־עליכם; „שׂונים, די געשיכטע פֿון אַ ליבע‟ פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער און קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס ראָמאַן „פֿון לובלין ביז ניו־יאָרק‟ אין דער נײַער איבערזעצונג פֿון חנה נאָריך ). דערבײַ וועלן די ביכערקלובן לייענען אַ פֿערטן ראָמאַן, וואָס שילדערט די איבערלעבונגען פֿון אימיגראַנטן פֿון אַן אַנדער עטנישער גרופּע און מע וועט אַרומרעדן די ענלעכקייטן צווישן די אַמאָליקע ייִדישע אימיגראַנטן מיט די הײַנטיקע אימיגראַנטישע גרופּעס.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער איניציאַטיוו וועט מען באַצאָלן ביבליאָטעקאַרן צו קומען קיין אַמהערסט אויף אַן אינטענסיוון סעמינאַר געווידמעט דער טעמע. מע וועט אויך שענקען יעדער ביבליאָטעק עקזעמפּלאַרן פֿון די ביכער, כּדי די ביבליאָטעק זאָל זיי קענען לײַען צום ברייטן עולם.
פֿאַראינטעריסירטע ביבליאָטעקן קענען אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע ביזן 16טן אויגוסט.. נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט: jhayes@yiddishbookcenter.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.