טאָמער ווייסט איר דאָס נישט, איז די בעסטע צײַט צו קוקן אויף די פֿייגל פֿון מיטן אַפּריל ביז דער ערשטער וואָך יוני. דעמאָלט פֿליִען זיי אַרום זוכנדיק אַ „חתן‟ אָדער „כּלה‟ און נאָך דעם ווי מע האָט זיך שוין געפֿונען, זוכט מען צווײַגעלעך, פּאָוועטיניע (שפּינוועבס) און אַנדערע נאַטירלעכע מאַטעריאַלן צו בויען אַ נעסט. די צווייטע וואָך יוני איז שוין צו שפּעט: די מאַמע־פֿייגל זיצן שוין אויף די אייער און רירן זיך זעלטן פֿון אָרט. דער מאַן, אויב ער איז אַ געטרײַער, פֿליט אויך נישט ווײַט פֿון דער נעסט. מע קען נאָך אַלץ הערן די פֿייגל אומעטום, אָבער מע קען זיי נישט זען.
איך האָב זיך אַליין פֿאַרטיפֿט אין פֿייגל־קוקערײַ מיט אַ צען יאָר קריק, ווען איך האָב דערזען אַ זעלטענעם פֿויגל לעבן אונדזער דאַטשע. דער פֿויגל איז געווען אַ קוקאַווקע. ווען איך האָב אונדזערע שכנים, וואָס זענען מבֿינים אויף פֿייגל, דערציילט וועגן דעם, האָט דאָס אויף זיי געמאַכט אַ רושם — שוין לאַנג נישט געזען קיין קוקאַווקע אין אונדזער געגנט.
האָב איך געטראַכט צו זיך — פֿאַר וואָס עפּעס איז די קוקאַווקע געקומען צו אונדז און נישט צו זיי? איז דער ענטפֿער געווען, אַז אונדזערע קוסטעס מיט קליינע יאַגדעלעך — באַרבאַריס — ציִען זיי צו. אונדזערע שכנים האָבן אַלע אויסגעריסן זייערע באַרבערי־קוסטעס — און מיט רעכט ווײַל די קוסטעס נעמען גיך איבער אַ שטח און הרגענען אַוועק די אַדערע געוויקסן. איך בין אָבער געווען צו פֿויל זיי אַרויסצורײַסן, זענען זיי זיך ווילד צעוואַקסן. בײַ די פֿייגל איז דער דאָזיקער געדיכטער קוסט מיט דערנער נישט נאָר אידעאַל צוליב די יאַגדעלעך, נאָר אויך צוליב דעם וואָס מע קען בויען אַ נעסט אין מיטן פֿון זיי און נישט ווערן געטשעפּעט פֿון די חיות.
די אַמעריקאַנער קוקאַווקע איז נישט דער זעלבער פֿויגל וואָס שפּרינגט אַרויס פֿון אַ זייגער און זאָגט „קוקו‟. דאָס זענען די אייראָפּעיִשע קוקאַווקעס, באַקאַנט נישט בלויז צוליב די זייגערס, נאָר אויך צוליב דעם וואָס זיי זענען „נעסטן־פּאַראַזיטן‟; דאָס הייסט, זיי לייגן זייערע אייער אין די נעסטן פֿון אַנדערע פֿייגל, און די מאַמע פֿון יענע פֿייגל האָדעווען די קוקאַווקע־אייעלעך פּונקט ווי די אייגענע.
אין אַמעריקע האָבן מיר אויך אַ נעסטן־פּאַראַזיט: דער קופֿויגל, אָבער מער פּינקטלעך וואָלט מסתּמא געווען דער נאָמען „בהמה־פֿויגל‟. מע מיינט, אַז אַמאָל ווען מע האָט געטריבן הונדערטער בהמות פֿון טעקסאַס אויף צפֿון, זענען די קופֿייגל מיטגעפֿלויגן. אַזוי ווי מע האָט זיך בלויז אָפּגעשטעלט אַ נאַכט דאָ, און אַ נאַכט דאָרט, האָבן די פֿייגל געפֿונען אַן אופֿן צו קינדלען: דורך לייגן זייערע אייער אין די נעסטן פֿון אַנדערע פֿייגל, און ווײַטער פֿליִען לעבן די בהמות. די צרה איז וואָס די קופֿייגל־אייער פּיקען אַרויס צו ערשט, ווערן גרעסער פֿון די אַנדערע פֿייגעלעך אין נעסט און גנבֿענען צו דאָס עסן — און די אַנדערע פֿייגל שטאַרבן פֿון הונגער! דעריבער האָט קיינער נישט ליב די קופֿייגל, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, וואָס זענען זיי שולדיק?
אין טעקסאַס האָט זיך געמאַכט אַזאַ מצבֿ, וואָס די קופֿייגל האָבן אָנגעהויבן צו לייגן זייערע אייער אין די נעסטן פֿון אַ גאָר זעלטענעם פֿויגל, און די „אָדאָבאָן־געזעלשאַפֿט‟, די אָרגאַניזאַציע וואָס היט אַלע פֿייגל אין לאַנד, האָט געגעבן דערלויבעניש אין דער געגנט צו הרגענען די קופֿייגל. איך גלייב, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס די געזעלשאַפֿט האָט געגעבן אַזאַ דערלויבעניש אין איר געשיכטע.
לעבן מײַן פֿענצטער האָב איך איין מאָל געזען ווי אַן איי פֿון אַ קופֿויגל איז אַרײַן אין דער נעסט פֿון אַ ווירעאָ און ווען דאָס אייעלע האָט זיך צעפּיקעט איז דאָס קופֿייגעלע געווען צוויי מאָל אַזוי גרויס ווי די ווירעאָ־פֿייגעלעך און געשלונגען אַלץ וואָס די מאַמע האָט געבראַכט זיי צו האָדעווען: אַ טרויעריקע סצענע.
אונדזער שטח אין די קעטסקיל־בערג באשטייט פֿון זומפּיקע וועלדער. מע לערנט זיך גיך אויס, וואָס פֿאַר אַ פֿייגל האָבן ליב וועלדער, און וועלכע — פֿעלדער. אַ שוואַלב, למשל, איז נישט קיין פֿויגל פֿון וואַלד; ער האָט גיכער ליב צו כאַפּן אינסעקטן פֿליִענדיק איבער ברייטע פֿעלדער אָדער אָזערעס. איך האָב אַ סך שוואַלבן געזען אין מײַן לעבן, אָבער בלויז איין מאָל אין אונדזערע וועלדער. דער בלאָפֿויגל איז דער אָפֿיציעלער פֿויגל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, אָבער ער איז אויך אַ פֿויגל פֿון די פֿעלדער און לאָנקעס, און באַווײַזט זיך קיין מאָל נישט אין טיפֿן וואַלד.
אַז מע רעדט שוין וועגן בלויע פֿייגל, וואָלט געווען אַ יושר צו דערמאָנען דעם „אינדיגאָ באָנטינג”, אַ פֿויגל וואָס איז אין גאַנצן בלאָ (דער „בלאָפֿויגל” איז בלויז בלוי פֿון אויבן.) צום גליק האָבן יענע אויך ליב מײַנע באַרבעריס־קוסטעס און איך זע אים כּמעט יעדן זומער.
און וואָס איז מיט די גרעסערע פֿייגל? בײַ נאַכט הערט מען פֿאַרשיידענע סאָוועס אָבער נאָר אויב מע האָט מזל, קען מען זיי זען ווען די זון זעצט זיך. ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געהערט די שרײַענדיקע סאָווע האָט זיך מיר געדאַכט, אַז אַ כאָפּטע ווילדע פֿערד קומען צו לויפֿן פֿון וואַלד און האָב זיך גוט איבערגעשראָקן. אַן אָדלער האָב איך אויך געזען ווינטער פֿליִענדיק איבערן וואַלד. צו ערשט האָב איך געמיינט, אַז ס’איז אַ גריף אָבער דער פֿויגל האָט געמאַכט אַ קלאַנג מיט זײַן קול, און איך האָב געוווּסט, אַז גריפֿן זענען שטום. האָב איך געזוכט אין מײַן בוך פֿון פֿייגל, און דאָרטן איז געשטאַנען, אַז פֿון אונטן זעען די אָדלערס און גריפֿן אויס דאָס זעלבע; האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען אַז דאָס מוז זײַן אַן אָדלער.
לאַנג לעבן זאָלן די ביכער וואָס העלפֿן אידענטיפֿיצירן די פֿייגל! אַ בילד איז אָבער פֿאָרט בלויז אַ בילד. אַז מע זעט די פֿאַרשיידענע פֿייגל בפּועל־ממש, אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן, איז טאַקע אַ וווּנדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.