וועלוול פּאַסטערנאַק, דער מוזיק־היסטאָריקער און פֿאַרלעגער וואָס האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דורות ייִדן מיט זײַן בקיאות אין דער חסידישער און אַנדערע מינים ייִדישער מוזיק, איז דינסטיק געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין עלטער פֿון 86 יאָר.
פּאַסטערנאַק איז געבוירן געוואָרן אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע בײַ אַ פֿרומער משפּחה, אָפּשטאַמיקע פֿון די מאָדזשיצער חסידים. צו 16 יאָר האָט מען אים געשיקט קיין ניו־יאָרק זיך לערנען אין דער מיטלשול פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט („עם־טי־איי‟) און נאָך דעם אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט גופֿא, פֿון וואַנען ער האָט גראַדויִרט אין 1955.
אַ טאַלאַנטירטער זינגער און מוזיקער, האָט ער באַשלאָסן נישט צו קריגן סמיכה, איז אַוועק שטודירן פּיאַנע אין דער „דזשוליאַרד־מוזיקשול‟ און באַקומען אַ דיפּלאָם אין מוזיק־דערציִונג פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט. אין קאָלאָמביע האָט ער זיך אויך באַקענט מיט זײַן צוקונפֿטדיקער פֿרוי, גאָלדע.
אין די פֿריִע 1960ער האָט מען אָנגעשטעלט פּאַסטערנאַק צו אַראַנזשירן און דיריגירן אַ צאָל אַלבאָמען פֿון ווייניק באַקאַנטע חסידישע לידער. מיט דער צײַט זענען יענע זאַמלונגען באַקאַנט געוואָרן ווי דער סימן־מובֿהק פֿון דער חסידישער מוזיק אין אַמעריקע.
אין 1971, באַמערקנדיק ווי ווייניק ביכער עס זענען דאָ פֿון חסידישע פֿאָלקסלידער — און בפֿרט אין אַ צײַט ווען עס האָט זיך שטאַרק צעוואַקסן די חסידישע באַפֿעלקערונג בײַ וועמען די לידער זענען אַזוי חשובֿ — האָט פּאַסטערנאַק געגרינדעט „טאַראַ פּאָבליקיישאָנס‟, דורך וועלכער ער האָט אַרויסגעגעבן מער ווי 150 גוט געשריבענע, צוטריטלעכע און וואָלוועלע ביכער וועגן דער חסידישער, ייִדיש־שפּראַכיקער, ישׂראלדיקער, חזנישער און קלעזמער־מוזיק. אַ דאַנק די ביכער האָט דער ברייטער עולם זיך גוט באַקענט מיט דער רײַכער מוזיק־ירושה פֿון ייִדישן פֿאָלק.
נאָך מער טשיקאַווע איז וואָס פּאַסטערנאַקס „אימפּעריע‟ פֿון ייִדישער מוזיק איז פּראָדוצירט געוואָרן נישט בײַ אַ גרויסער רעקאָרדיר־פֿירמע, נאָר דווקא פֿון זײַן באַשיידענער שטוב אין סידערהורסט, נ״י, וווּ ער, גאָלדע און זייערע קינדער האָבן אָנגעפֿירט מיט דער טאָגטעגלעכער אָפּעראַציע פֿונעם געשעפֿט.
פּאַסטערנאַק האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי גאָלדע; זײַנע קינדער שירה, נווה, גדליה, מאיר און עטרה; זײַן שוועסטער שירלי און 22 אייניקלעך
פּאַסטערנאַקס טיפֿער אינטערעס צו אַלע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער מוזיק —אַרײַנגערעכנט סטילן מוזיק מיט וועלכער ער איז נישט אויפֿגעוואַקסן — האָט אים אינספּירירט צו פּובליקירן די סאַמע ערשטע ביכער פֿון זעלטענע לידער, וואָס זענען הײַנט אַ טייל פֿונעם אַקטיוון רעפּערטואַר פֿון מוזיקער איבער דער וועלט.
הגם ער האָט נישט באַקומען קיין סמיכה האָט ער דאָס גאַנצע לעבן געדינט ווי אַן אַנדער סאָרט מלמד. אַ דאַנק זײַן געוואַלדיקן וויסן און זײַן היימישן, שאַרפֿזיניקן און איראָנישן רעדסטיל, האָט מען אים אָפֿט פֿאַרבעטן געבן לעקציעס און לערנען קורסן. דערבײַ איז ער באַקאַנט געוואָרן בײַ דורות ייִדן וואָס האָבן זיך אָנגעשטעקט מיט זײַן ליבשאַפֿט און קענטשאַפֿט פֿון דער ייִדישער מוזיקאַלישער קולטור־ירושה.
יעדער איינער וואָס שפּילט הײַנט ייִדישע מוזיק האָט זיכער אויף עפּעס אַן אופֿן גענאָסן פֿון וועלוול פּאַסטערנאַקס טיפֿן מבֿינות. כּבֿוד זײַן אָנדענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.