מער ווי 2,200 מענטשן האָבן זיך אַרײַנגעפּאַקט אין דער ריזיקער סינאַגאָגע „טעמפּל עמנואל‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק אָוונט כּדי צו זען און הערן אַ דיסקוסיע צווישן די הויפּט-אַקטיאָרן און דער פּראָדוצענטקע פֿון דער שטאַרק פּאָפּולערער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע־דראַמע „שטיסל‟. די אונטערנעמונג איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער וואָכנשריפֿט „דזשויִש וויק‟, בשותּפֿות מיט דער „יו־דזשיי־איי‟ [פֿאַראייניקטע ייִדישע פֿעדעראַציע] און טעמפּל עמנואל.
„שטיסל‟, וואָס מע האָט געוויזן אין ישׂראל פֿון 2013 ביז 2015 און וואָס מע קען איצט זען מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך דורך „נעטפֿליקס‟, שילדערט אַ חרדישע משפּחה אין גאולה, אַ געגנט אין ירושלים, און בפֿרט — די עמאָציאָנעלע באַציִונגען צווישן שלום שטיסל — אַן אַלמן אין די 60ער — זײַנע דערוואַקסענע קינדער און זײַן מאַמען. די קריטיקער אין ישׂראל און אַמעריקע האָבן שטאַרק געלויבט די דראַמע פֿאַרן איבערגעבן אַ רעאַליסטיש בילד פֿון אַ פֿרומער משפּחה וואָס ראַנגלט זיך מיט די זעלבע צרות ווי מענטשן אומעטום, אויסמײַדנדיק דערבײַ די געוויינטלעכע סטערעאָטיפּן פֿון פֿרומע ייִדן וואָס מע זעט אין טעלעוויזיע און אין קינאָ. די סעריע איז אויף העברעיִש, אָבער געוויסע פּערסאַנאָזשן רעדן צווישן זיך כּמעט אין גאַנצן אויף ייִדיש.
דער אָוונט אין טעמפּל עמנואל איז געווען אַ זעלטענע געלעגנהייט פֿאַר אַמעריקאַנער צו קומען הערן ווי אַקטיאָרן פֿון „שטיסל‟ שמועסן וועגן דער פּראָגראַם אויף ענגליש. סײַ וואַרטנדיק אויף דער ריי אַרײַנצוגיין, סײַ זיצנדיק אין זאַל איידער די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן, איז די שטימונג געווען אַ לעבעדיקע און אַן אויפֿגעהײַטערטע. אַפֿילו פֿרעמדע האָבן זיך ספּאָנטאַן צערעדט, פֿרעגנדיק: „ווער איז אײַער באַליבטסטער העלד?‟ אָדער „האָט איר שוין דערגרייכט דעם קאַפּיטל וועגן…?‟ ס׳רובֿ פֿון די געסט זענען געווען פֿרויען — אַ באַווײַז אַז פֿרויען באַטרעפֿן מסתּמא דעם גרעסטן חלק פֿונעם עולם פֿון דער פּאָפּולערער סעריע.
אין דער דיסקוסיע האָבן זיך באַטייליקט דרײַ פֿון די אַקטיאָרן — דבֿ’לה גליקמאַן, וואָס שפּילט שלום שטיסל; מיכאל אַלוני (שלומס זון, קיווע שטיסל), נטה ריסקין (שלומס טאָכטער, גיטי ווײַס) און די פּראָדוצענטקע, דיקלה ברקײַ. דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט, איתן בראָנער, איז געווען דער מאָדעראַטאָר פֿונעם שמועס.
די אונטערנעמונג האָט געגעבן דעם עולם אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט די אמתע פּערזענלעכקייטן פֿון די „שטיסל‟־אַקטיאָרן. גליקמאַן האָט, למשל, זיך אָפֿט געוויצלט. „ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געלייענט דעם סצענאַר פֿון ׳שטיסל׳, האָב איך ממש געקושט די זײַטן און געטראַכט: דאַנקען גאָט! און אַ דאַנק דעם מענטש וואָס האָט דאָס אָנגעשריבן! אָבער
ווער וועט דען קוקן אויף אַזאַ פּראָגראַם?‟ ער האָט אויך דערציילט אַז ער האָט מיט יאָרן צוריק שוין געהאַט אויפֿגעהערט רייכערן פּאַפּיראָסן אָבער ווען מע האָט אים געזאָגט אַז שלום שטיסל רייכערט כּסדר האָט ער, גליקמאַן, זיך דווקא מחיה געווען. “אַזוי לאַנג האָט זיך מיר געבענקט נאָך אַ פּאַפּיראָס, און איצט האָב איך געמעגט רייכערן וויפֿל איך וויל!” האָט ער געלאַכט.
ער האָט אויך אויסגעשפּילט געוויסע קאָמישע מאָמענטן ווען מע האָט אים פֿילמירט אַרײַנ־ און אַרויסגייענדיק פֿון אַ ביכערקראָם אין מאה־שארים, און ווי אַזוי די אָרטיקע חסידים האָבן זיך באַצויגן צו אים.
גליקמאַן האָט געזאָגט אַז ער איז גליקלעך וואָס מענטשן מיינען אַז ער קען ייִדיש. „ייִדיש איז מיר טאַקע נישט אַזוי פֿרעמד ווי, למשל, שוועדיש אָבער איך האָב פֿאַרשטאַנען בלויז אַרום 20% פֿון די ייִדישע רעפּליקן. ס׳האָט מיר טאַקע גענומען פֿינעף מאָל לענגער אויסצולערנען די ייִדישע רעפּליקן אויף אויסנווייניק ווי די העברעיִשע.‟
אין איין רירנדיקן מאָמענט האָט גליקמאַן באַשריבן ווי אַזוי „שטיסל‟ האָט געווירקט אויף אים ווי אַ סעקולערער ייִד: „איך בין דערצויגן געוואָרן קוקנדיק אויף פֿראַנצייזישע און אַנדערע אייראָפּעיִשע פֿילמען און דאָס איז תּמיד געווען מײַן וועלט. אָבער שפּילנדיק די ראָלע, וווּ איך האָב יעדן טאָג געדאַרפֿט אָנטאָן באָרד און פּאות און פֿרומע קליידער, האָב איך צום ערשטן מאָל פֿאַרשטאַנען ווי עס פֿילט צו זײַן אַ ייִד.‟
ווען בראָנער האָט געפֿרעגט די באַטייליקטע צי קיווע, וואָס האָט שטאַרק ליב צו מאָלן און ווערט צו־ביסלעך אַרײַנגעצויגן אין דער ישׂראלדיקער קונסטוועלט, וויל אפֿשר פֿאַרלאָזן דעם פֿרומען לעבן־שטייגער, האָט אַלוני זיך תּיכּף אַנטקעגנגעשטעלט: „ער וויל בשום־אופֿן נישט אַוועק. פֿאַרקערט, דאָס איינע מאָל וואָס ער פֿאַרגעסט צו לייגן תּפֿילין האָט ער טאַקע גרויס עגמת־נפֿש דערפֿון. ער וויל יאָ בלײַבן פֿרום אָבער זוכט פּשוט אינספּיראַציע פֿאַר זײַן קונסט.‟
אַלוני האָט געגעבן אַ משל פֿון דער פּאָפּולאַריטעט פֿון „שטיסל‟ וואָס האָט אים אַליין פֿאַרחידושט. „כ׳האָב איין מאָל שפּאַצירט אויף אַ גאַס אין בראַזיל, און פּלוצלינג דערהער איך: ׳היי, קיווע!׳ איך דריי זיך אום און דער מאַן פֿרעגט מיך צי ער קען נעמען אַ ׳סעלפֿי׳ מיט מיר. ווײַזט זיך אַרויס, ער איז נישט אַפֿילו קיין ייִד אָבער איז אַ געטרײַער אָנהענגער פֿון ׳שטיסל׳!‟
נטה ריסקין האָט געגעבן אינטערעסאַנטע פּרטים אויף ווי ווײַט זי — אַ סעקולערע אַקטריסע — האָט זיך געדאַרפֿט צוגרייטן, כּדי צו שפּילן גיטי, אַ חרדישע מאַמע פֿון פֿיר קינדער: „ווען איך האָב צום ערשטן מאָל זיך געטראָפֿן מיט דער פֿרומער טרענירערין, האָב איך מיטגעבראַכט מײַן העפֿט פֿול מיט פֿראַגעס ווײַל מיר האָט זיך געדאַכט אַז זי וועט מיר דערקלערן געוויסע תּורה־ענינים. ׳ניין — האָט די טרענירערין געזאָגט — איך וויל גיכער זען דײַן גאַנג.׳ איך האָב זיך געחידושט וואָס זי וויל זען בלויז ווי אַזוי איך גיי, האָב איך איר געוויזן, און זי האָט גלײַך געזאָגט: ׳נו, איך זע דו האָסט אַ סך זיך אויסצולערנען.׳ זי האָט מיר דערקלערט אַז ווען גיטי גייט אויף דער גאַס, טוט זי עס זייער באַשיידן, ווי זי וואָלט בכלל נישט ליב געהאַט אַרויסצוגיין פֿון שטוב, בפֿרט איצט אַז איר מאַן האָט זי פֿאַרלאָזט. זי וויל נישט מע זאָל קוקן אויף איר און דערפֿאַר קוקט זי קיינעם נישט אין די אויגן. איר איינציקער ציל איז צו גיין פֿון פּונקט ׳א׳ ביז פּונקט ׳ב׳ און צוריק אַהיים.‟
ריסקין האָט אויך אַנאַליזירט דעם טיפֿן איבערגאַנג וואָס גיטי מאַכט דורך במשך פֿון דער סעריע און עס פֿאַרגליכן מיט דער קלאַסישער ליטעראַטור. אין האָמערס „אָדיסייע‟, למשל, לייענט מען וועגן אָדיסייס אַווענטורעס אָבער מע ווייסט גאָרנישט וועגן דער פֿרוי וואָס בלײַבט אין דער היים און וואַרט אויף אים. אין „שטיסל‟, ווען גיטיס מאַן ליפּא אַנטלויפֿט קיין אַרגענטינע, בלײַבט דער צוקוקער דווקא מיט דער פֿאַרלאָזטער פֿרוי ווײַל איר איבערלעבונג איז אין דער אמתן אינטערעסאַנטער ווי סתּם קוקן ווי ליפּא לויפֿט נאָך אַנדערע פֿרויען. און ווען ליפּא קערט זיך, סוף־כּל־סוף, צוריק אַהיים, און וויל זיך מודה זײַן פֿאַר איר און דערבײַ תּשובֿה טאָן, זאָגט זי אַז זי וויל נישט וויסן. ס׳איז קלאָר אַז זי האָט שוין אַ פּלאַן: זי וויל נישט קיין רחמנות, זי דאַרף שידוכים פֿאַר אירע קינדער; שוין בעסער אַז זי — און אַז קיינער — זאָל נישט וויסן וואָס ס׳האָט מיט אים פּאַסירט אין אַרגענטינע. אין יענער סצענע טוישט זיך דראמאַטיש דער באַלאַנס צווישן גיטי און ליפּא. איצט ווערט ער דער שוואַכער און זי — די שטאַרקע.
במשך פֿונעם שמועס האָט מען געהאַלטן אין איין באַמערקן ווי טשיקאַווע עס איז וואָס „שטיסל‟ איז געוואָרן אַזוי באַליבט בײַ די ישׂראלדיקע חילונים. אַלוני האָט אָבער באַטאָנט אַז נאָך אינטערעסאַנטער איז אַז די חרדים קוקן אויף דעם אויך. „זיי האָבן טאַקע נישט קיין טעלעוויזאָרן, לאָדן זיי פּשוט אַראָפּ יעדן קאַפּיטל אויף זייער וואַטסעפּ,‟ האָט אַלוני דערקלערט. „׳שטיסל׳ איז טאַקע אַ חידוש פֿאַר זיי ווײַל אין דער פּראָגראַם זעען זיי זיך אַליין.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.