תּל־אָבֿיבֿ, זומער 2012: אַהרן טעסלער, אַ סטודענט אין „דזשאָנס האָפּקינס־אוניווערסיטעט‟, באַזוכט די באָבע אין תּל־אָבֿיבֿ. שוין 93 יאָר אַלט, דערמאָנט זי זיך אין אירע קינדער־יאָרן אינעם פּיצל רומעניש דערפֿל ראָמולע, וווּ זי איז אויפֿגעוואַקסן.
ראָומולע געפֿינט זיך אין דער פּראָווינץ ביסטריץ־נאַסאָד, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון זימבערג (טראַנסילוואַניע). כאָטש די באַפֿעלקערונג איז געווען אַ קליינע, האָט דאָס דערפֿעלע פֿאַרמאָגט אַ שפּרודלדיק ייִדיש לעבן. אַהין פֿלעגן קומען חסידישע רביים, אַרײַנגערעכנט דער וויזשניצער.
בעת רחל טעסלער דערציילט אַהרן מעשׂיות און פּאַסירונגען פֿון איר יוגנט איידער זי איז דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ, זינגט זי אַ ריי לידער וואָס זענען אים שוין באַקאַנט פֿון די אַלבאָמען, וואָס ער האָט שוין געהאַט געהערט אין דער היים. פּלוצלינג, הייבט זי אָן צו זינגען אַ ליד, וואָס איז אים אומבאַקאַנט — „אין ווילדן וואַלד‟.
אַהרן טראַכט בײַ זיך: „איך בין זיכער, אַז דאָס ליד איז ווייניק וואָס דאָקומענטירט.‟ נעמט ער אַרויס זײַן „אײַפֿאָן‟ און הייבט אָן צו רעקאָרדירן ווי די באָבע זינגט.
שוין צוריק אין אַמעריקע הייבט אַהרן אָן צו טראַנסקריבירן דאָס ליד. אַ דאַנק דעם וואָס ער לערנט זיך ייִדיש מיט ד׳׳ר ברוכה לאַנג אין „דזשאָנס האָפּקינס־אוניווערסיטעט‟, פֿאַרשטייט ער גוט דעם טעקסט פֿונעם ליד, וואָס שילדערט ווי אַ שעפֿעלע, מיטן נאָמען „סראָליקל‟, בלאָנזשעט אין וואַלד און זוכט די מאַמע, די שכינה, בעת עס ווערט, נעבעך, באַפֿאַלן פֿון בייזע חיות. „סראָליקל‟ איז, אַוודאי, דאָס ייִדישע פֿאָלק, און דאָס ליד באַשרײַבט ווי עס ווערט באַדראָט פֿון פֿאַרשידענע המנס, ווײַל עס האָט שוין 2,000 יאָר ניט קיין אייגן לאַנד.
אַהרן קוקט אַרײַן אין פֿאַרשידענע דאַטנבאַזעס און אַרכיוון פֿון ייִדישער מוזיק. כאָטש ער זוכט לאַנגע שעהען, געפֿינט ער בלויז איין רעקאָרדירונג פֿונעם ליד. דער נוסח, געזונגען פֿון אַן אומבאַקאַנטן ייִד, קלינגט אַ היפּש ביסל אַנדערש פֿון דער באָבעס נוסח. אַהרן קען ניט געפֿינען קיין שום פּרטים וואָס שייך וווּ אָדער ווען מע האָט די רעקאָרדירונג געמאַכט.
־־־
וואַשינגטאָן, 2017: די באָבע איז אַוועק פֿון דער וועלט. איר פּטירה דערמאָנט אַהרן ווידער אינעם ליד. ער טראַכט בײַ זיך, אַז „מיט דער הילף פֿונעם באַשעפֿער, וועל איך מאַכן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע רעקאָרדירונג דערפֿון.‟
בײַ אַהרן איז די ייִדישע מוזיק שוין אַ לאַנגע משפּחה־טראַדיציע. באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג האָט זײַן באָבע רחל חתונה געהאַט מיט ברוך טעסלער, אַ גרויסער אָנהענגער פֿון חזנות. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין ווישעווע (Vişeu de Sus), אין דער פּראָווינץ מאַראַמאָרעש, וווּ עס האָבן זיך געפֿונען אַ סך אַנדערע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. אין ווישעווע, אַן ערך 34 קילאָמעטער פֿונעם דערפֿעלע ראָמולע, וווּ רחל טעסלער איז אויפֿגעוואַקסן, איז בײַ איר געבוירן איר בכור יעקבֿ.
יעקבֿ האָט בעת זײַנע קינדער־יאָרן אײַנגעזאַפּט די קלאַנגען פֿון דער ייִדישער מוזיק און איז געוואָרן אַ חזן. זײַן אייגענער זון, אַהרן, איז אויפֿגעוואַקסן אין נאָרפֿאָלק, ווירדזשיניע, מיט דער ייִדישער מוזיק „ממש פֿונעם וויגעלע‟. צו 16 יאָר האָט ער אָנגעהויבן אָנצופֿירן מיטן ראָש־השנה־ און יום־כּיפּור־דאַווענען אין זײַן שיל. צו אַכצן יאָר, ווי אַ סטודענט אין באַלטימאָר, האָט ער שוין געזונגען אויף חתונות און בר־מיצוווּת.
מיט זײַן שיינער שטימע, זײַן מוזיקאַלישן ייִחוס און זײַן ייִדיש־קענטעניש, האָט אַהרן געהאַלטן, אַז ער וועט קענען געהעריק אויפֿפֿירן דאָס ליד. כּדי צו שאַפֿן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע רעקאָרדירונג, דאַרף מען אָבער אַ סך הילף. האָט אַהרן זיך געוואָנדן צו קרובֿים, חבֿרים און דעם ברייטן עולם אָנהענגער פֿון דער ייִדישער מוזיק, מע זאָל אונטערשטיצן זײַן פּראָיעקט דורך דער וועבזײַט GoFundMe. נאָכן שאַפֿן דאָס געלט, האָט ער זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט יואלי פּאָלאַטשעק, דער דירעקטאָר און כאָרמײַסטער פֿונעם באַרימטן חסידישן „זמירות־כאָר‟.
„צוליב דעם וואָס מע האָט אָנגעהויבן ממש פֿון קמץ־אַלף אָ, דאָס הייסט, פֿון בלויז אַ רעקאָרדירונג, האָט מען געדאַרפֿט אַלץ אויספּלאָנטערן,‟ האָט אַהרן טעסלער דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס. „מע האָט געדאַרפֿט באַשליסן, ווי גיך מע זאָל זינגען און אין וואָס פֿאַר אַ סטיל. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען שווער.‟
„פֿון דער אַנדערער זײַט‟, האָט ער ווײַטער דערקלערט, „אַ דאַנק דעם וואָס מע האָט ניט געוווּסט די אַלע זאַכן, האָט מען עס געקענט אַ ביסל באַאַרבעטן פֿון דאָס נײַ. דאָס ליד איז בעצם געווען אַ טויטס, קיינער האָט אים ווײַטער ניט געזונגען. איז עס געווען מײַן עובֿדה עס ווידער אויפֿצולעבן.‟
לכתּחילה האָט אַהרן בכלל ניט בדעה געהאַט צו זינגען צוזאַמען מיט אַ כאָר. שפּעטער איז ער געקומען צום אויספֿיר, אַז מע קען דאָס ליד באַטראַכטן ווי עפּעס וואָס מע וואָלט אפֿשר געהאַט געזונגען בײַ אַ חסידישן טיש. האָט ער קאָמפּאָנירט אַ ניגון אויפֿן סמך פֿונעם ליד, וואָס דער „זמירות‟־כאָר זינגט צוזאַמען מיט אים אויף דער נײַער רעקאָרדירונג. שלמה זאַלצמאַן, אַ באַקאַנטער מוזיקאַלישער אַראַנזשירער, האָט גענומען די פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע פֿעדעם — די פֿאָלקסטימלעכע מעלאָדיע, די עלעמענטן פֿון חזנות, דעם כאָרס געזאַנג און דעם ניגון וואָס טעסלער האָט קאָמפּאָנירט, און זיי צוזאַמענגעפֿלאָכטן.
„אָן זאַלצמאַן און פּאָלאַטשעק וואָלט די דאָזיקע רעקאָרדירונג בכלל ניט מקיום געוואָרן,‟ האָט טעסלער געזאָגט.
אַחוץ דער מוזיק גופֿא איז געווען נאָך אַ שוועריקייט: דאָס רעקאָנסטרויִרן דעם טעקסט צום ליד. כאָטש מע קען קלאָר הערן כּמעט אַלע ווערטער, איז דאָ איין פֿראַזע וואָס איז געווען אַהרנען אומקלאָר: צי די באָבע זאָגט „מע וויל פֿאַרניש(ט)ן‟ די ייִדן, צי „מע וויל פֿאַרניכטן.‟ די ייִדישיסטן מיט וועמען ער האָט זיך געראָטן האָבן געהאַלטן, אַז זי זאָגט „פֿאַרניכטן‟, די חסידים — „פֿאַרניש(ט)ן.‟ איז ער געגאַנגען מיט „פֿאַרנישטן.‟
צוויי יאָר נאָך רחל טעסלערס פּטירה און אַרום נײַנציק יאָר נאָך דעם וואָס זי האָט צום ערשטן מאָל געהערט „אין ווילדן וואַלד‟, האָט אַהרן טעסלער אַרויסגעלאָזט די נײַע רעקאָרדירונג פֿונעם ליד פֿון דער באָבענס ראָמולער קינדהייט. אַהרן האָט אַראַנזשירט, אַז מע זאָל פֿאַרשפּרייטן דאָס ליד אויף אַ ריי חסידישע בלאָגס און אויף יוטוב, דאָס שטיקעלע ייִדישע קולטור פֿון דער באָבענס פֿאַרשניטענער היים זאָל ניט פֿאַרגעסן ווערן.
„מע האָט דאָס ליד שטאַרק געלויבט,‟ האָט אַהרן געזאָגט. „מע האָט מיך געזאָגט, אַז ס׳קלינגט ׳היימיש׳, ווי ממש פֿונעם טאַטנס ווײַנגאָרטן.‟
אַהרן האָפֿט אַז אַנדערע וועלן ווײַטער זינגען דאָס ליד, וואָס ביז לעצטנס האָבן בלויז ער און זײַן באָבע געקענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.