אונדזער איצטיקע סדרה הייבט זיך אָן פֿונעם אייבערשטנס אָנזאָג צו אַהרן הכּהן, ווי אַזוי ער זאָל אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן. בוכשטעבלעך האָט דער באַשעפֿער געהייסן „בהעלותך‟ — אויפֿהייבן דאָס פֿײַער פֿון די זיבן ליכט, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז ווײַטער ברענען זיי שוין פֿון זיך אַליין.
די מנורה סימבאָליזרט דעם קאָסמאָס — די פּלאַנעטן, די זיבן ימען און קאָנטינענטן, די זיבן טעג פֿון דער וואָך. זי סימבאָליזירט אָבער אויך די זיבן „ליכט‟ פֿונעם מענטשלעכן פּנים, דעם גאַנצן מענטשלעכן גוף און דעם אינערלעכן קאָסמאָס פֿון דער מענטשלעכער נשמה, מיט אירע היפּוכדיקע מידות און כּוחות.
אין אַ סך סידורים ווערט אויף דער ערשטער זײַט געדרוקט די מיסטעריעזע פֿיגור — אַ מנורה מיט צווײַגן געמאַכט פֿון געוויסע תּהילים פּסוקים, אַרומגערינגלט מיט פֿאַרשיידענע מיסטישע געטלעכע נעמען. די זעלבע צורה — „שוויתי‟ — הענגט מען אָפֿט איבערן עמוד, כּדי דער חזן, קוקנדיק אויף איר, זאָל תּמיד טראַכטן פֿונעם אייבערשטן.
די פּסוקים, פֿון וועלכע די „שוויתי‟ איז צונויפֿגעפֿלאָכטן, זענען פֿונעם קאַפּיטל ס״ז, וווּ עס שטייט געשריבן: „אלוקים יחננו ויברכנו יאר פּניו אתּנו, סלה.‟ מיר בעטן דעם אייבערשטן אונדז צו בענטשן, זײַן פּנים זאָלן אונדז שטענדיק באַלויכטן. אויב אַזוי, מיינט מען דאָ דאָס ליכטיקע מענטשלעכע פּנים!
די לעבעדיקע „מנורה‟ פֿונעם מענטשלעכן פּנים באַשטייט פֿון צוויי אויגן, צוויי אויערן, צוויי נאָזלעכער און דעם מויל — די אבֿרים פֿון די חושים, צוליב וועלכע מיר קאָן אויפֿנעמען די אַרומיקע וועלט. וואָס טוט מען אָבער, אויב אונדזער צורה ווערט „פֿאַרלאָשן‟, און מע דאַרף פֿון ס׳נײַ „אויפֿהייבן‟ אירע ליכט? אויב עס גייט אַ רייד וועגן אַ גשמיותדיקער מחלה, ווענדט מען זיך, אַדוואי, צו אַ דאָקטער.
אינעם בנין פֿונעם גרויסן ניו־יאָרקער שפּיטאָל „מאַונט סײַנײַ‟ זעט מען אַ צאָל אַזוינע מנורות. מיט צוויי יאָר צוריק, למשל, האָט די משפּחה הערשענהאָרן מנדבֿ געווען דעם שפּיטאָל אַ גרויסן חנוכּה־לאָמפּ. אַזוי ווי זייערע טאַטע־מאַמע, זעלדע און קעלי הערשענהאָרן, זענען זייערע קינדער — באַרבאַראַ, האַרטלי און סטיווען — באַקאַנטע שטיצער פֿונעם שפּיטאָל. זיי האָפֿן, אַז די מנורה, ספּעציעל געשאַפֿן פֿאַר „מאָונט־סײַנײַ‟, וועט דערמעגלעכן די פּאַציענטן, באַזוכער און פּערסאָנאַל צו פּראַווען דעם לוסטיקן יום־טובֿ.
אַחוץ אַזעלכע פּערזענלעכע מתּנות, פֿאַרשיידענע דעקאָראַטיווע עלעמענטן אינעם בנין און אַפֿילו דעם עצם־סימבאָל פֿונעם שפּיטאָל, וואָס זײַנע דיזײַנערס האָבן בכּיוון (צי אומבאַוווּסטזיניק) צוגעטראַכט ווי אַ מין איבערגעקערטע מנורה, איז „מאַונט סײַנײַ‟ פֿאַרבונדן מיט אונדזער פּרשה אויף גאָר אַן אומגעריכטן אופֿן: דאָס איז געווען די פּרשה, וואָס די סאַמע ערשטע ייִדישע פּאַציענטן פֿון דעם שפּיטאָל האָבן געלייענט!
זיכער האָבן זיי זיך דעמאָלט פֿאַרטראַכט אין דער רוחניותדיקער פֿאַרבינדונג צווישן אַהרן הכּהנס עבֿודה אינעם משכּן און די ליכט ווי סימבאָלן פֿונעם ייִדישן לעבן און געזונט. אינעם ספֿר משלי זאָגט דאָך שלמה המלך: נר השם נשמת אָדם, אַ מענטשלעכע נשמה איז אַ געטלעכע ליכט!
אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך אין ניו־יאָרק באַוויזן די ערשטע רעלאַטיוו גרויסע כוואַליע ייִדישע אימיגראַנטן — דײַטשיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון מערבֿ־אייראָפּע. באַלד האָבן זיי אויסגעפֿונען, אַז אין דער שטאָט זענען נישטאָ קיין ייִדישע שפּיטעלער — אָדער כאָטש דײַטשיש־שפּראַכיקע, וווּ די קראַנקן־שוועסטער און דאָקטוירים זאָלן זיי קאָנען פֿאַרשטיין. אין יאַנואַר 1852 האָט אַ גרופּע ניו־יאָרקער ייִדן באַשלאָסן צו גרינדן אַן אייגענעם ייִדישן שפּיטאָל, וועלכער האָט זיך געעפֿנט דעם 5טן יוני 1855. די ייִדישע דאַטע פֿונעם דאָזיקן געשעעניש, ווען די ערשטע פּאַציענטן זענען אַהין געבראַכט געוואָרן — דער 19טער טאָג אינעם חודש סיוון — פֿאַלט אויס פּונקט דעם הײַנטיקן שבת.
דער ניו־יאָרקער ייִדישער שפּיטאָל איז געווען דער צווייטער אינעם גאַנצן לאַנד; בלויז אין סינסינעטי, האָט אַן ענלעכער אַנשטאַלט פֿונקציאָנירט אַ ביסל פֿריִער, זינט 1847, כּדי צו ראַטעווען ייִדישע כאָליערע־קראַנקע. דער ניו־יאָרקער שפּיטאָל — לכתּחילה אַ קליינער מיט בלויז 45 בעטן — איז געווען דער ערשטער אינעם פֿולן זין. מיט דער צײַט, האָט ער זיך היפּש צעוואַקסן און אָפּגעזאָגט פֿון זײַן ספּעציפֿיש ייִדישן כאַראַקטער. זינט 1866 טראָגט ער זײַן הײַנטיקן נאָמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.