יעדעס יאָר גיט דער ייִדישער ביכער־צענטער אַרויס אַ ספּעציעלן אָנלײַן־נומער פֿון „פּאַקן־טרעגער‟ וואָס באַשטייט אויסשליסלעך פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין דער ענגלישער איבערזעצונג. געוויינטלעך נעמען די דאָזיקע איבערזעצונג־נומערן אַרײַן קורצע דערציילונגען, לידער, אויסצוגן פֿון ראָמאַנען און אפֿשר אַ ביסל זשורנאַליזם. הײַיאָר איז די טעמע אַ ביסל אַנדערש: בריוו.
אינעם נומער געפֿינט מען סײַ בריוו־אויסטוישן, אין וועלכע באַקאַנטע ייִדישע פּענמענטשן שרײַבן זיך דורך איינער מיטן אַנדערן, סײַ דראַמאַטישע בריוו פֿון ווייניק באַקאַנטע אַנטי־פֿאַשיסטישע קעמפֿער, וואָס זיי האָבן געשריבן האַרט איידער מע האָט זיי עקזעקוטירט.
אין אַ בריוו־אויסטויש צווישן בלומע לעמפּעל און חוה ראָזענפֿאַרב, איבערגעזעצט פֿון עלען קאַסעדי און ירמיהו אַהרן טאַוב, קען מען לייענען ווי די צוויי שרײַבערינס פֿונעם לעצטן פֿערטל 20סטן יאָרהונדערט האָבן דערמוטיקט איינע דער אַנדערער.
אין אַ בריוו פֿון פּרץ מאַרקיש צו יוסף אָפּאַטאָשו איבערגעזעצט פֿון מרים שולץ, זעט מען ווי אַזוי מאַרקיש טײַטשט אויס דעם באַטײַט פֿונעם חורבן לויט דער סאָוועטישער פּאָליטישער ליניע.
אין אַ קורצן, הומאָריסטישן פּאָסטקאַרטל פֿון מאַרק שאַגאַל צו שלום אַש, באַקלאָגט זיך דער קינסטלער וועגן דעם אומעטיקן וועטער. דוד מאַזאָווער, דער ביבליאָגראַף פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און אַשס אַן אור־אייניקל, גיט צו נאָך פּרטים וועגן דער באַציִונג צווישן די צוויי גרויסע פּערזענלעכקייטן.
אין דער זאַמלונג געפֿינען זיך אויך בריוו געשריבן אין גראַמען פֿון אַבֿרהם סוצקעווער און איציק מאַנגער, ווי אויך בריוו געשריבן עטלעכע בריוו פֿון וועטעראַנען פֿונעם שפּאַנישן בירגערקריג וואָס זענען שפּעטער פֿאַרכאַפּט געוואָרן בשעתן קעמפֿן קעגן די דײַטשן אין פֿראַנקרײַך. די דײַטשן האָבן דערלאָזט, אַז זיי זאָלן שרײַבן בריוו איידער מע האָט זיי אומגעבראַכט. די בריוו האָט איבערגעזעצט דבֿורה גרין, וואָס אַרבעט אויף אַ בוך וועגן די ייִדן, וואָס האָבן געקעמפֿט אין דער ייִדיש־רעדנדיקער קאָמפּאַניע אויפֿן נאָמען פֿון נפֿתּלי באָטווין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.