טײַערע פֿירערס פֿון דער אַשכּנזישער קהילה אין מעקסיקע,
איך האָב געהאַט דעם כּבֿוד און פֿאַרגעניגן צו אַרבעטן און זײַן צו גאַסט אין מעקסיקע — פּינקטלעכער גערעדט — ייִדישער מעקסיקע מיט עטלעכע יאָר צוריק. איך בין באַקאַנט מיט אירע ייִדיש־לערער(קעס) און אַ צאָל פֿון זײ װי אױך אַנדערע מיטגלידער פֿון דער קהילה זײַנען געװען מײַנע סטודענטן אין אַ קורס װאָס איך האָב דעמאָלט געלערנט אין יעזויִטישן אוניװערסיטעט.
מיט עטלעכע װאָכן צוריק, בשעת אַ דיסקוסיע נאָך דער ווײַזונג פֿונעם פֿילם „יאָני פֿײַן: מיט פּען און פּענדזל‟ דאָ אין ניו־יאָרק, האָט אַ פֿרױ אין עולם געפֿרעגט װעגן דעם װאַנטגעמעל געהײליקט דעם אָנדענק פֿון די זעקס מיליאָן קרבנות פֿון חורבן װאָס פֿײַן האָט געמאָלן װען ער האָט געװױנט אין מעקסיקע. זי האָט געװאָלט װיסן אױב דאָס װאַנטגעמעל הענגט נאָך אַלץ אינעם אַשכּנזישן בית־עולם און אױב מע קען נאָך אַלץ גײן אַהין און דאָס אָנקוקן. איך האָב געענטפֿערט מיט אַבסאָלוטער זיכערקײט אַז איך האָב עס אַלײן געזען װען איך בין געװען צו גאַסט אין מעקסיקע און אַז אַװדאי איז עס נאָך אַלץ דאָרטן דאָ און װעט מסתּמא אײביק דאָרטן זײַן. פֿאַר װאָס נישט? װי קען דען אַנדערש זײַן? אַן אָנדענק צו די זעקס מיליאָן װאָלט מען קײן מאָל ניט אַראָפּגעװאָרפֿן.
שטעלט אײַך פֿאָר מײַן איבערראַשונג, טרױער און שױדער־געפֿיל װען איך האָב זיך גאַנץ צופֿעליק דערוווּסט אַז דער אוהל מיטן װאַנטגעמעל שטײט מער ניט, און אַז מע האָט אים, מיט זײער אַ באַװוּסטזיניקן באַשלוס, אַראָפּגעװאָרפֿן. דאָס האָבן געטאָן ניט קיין װאַנדאַלן אָדער הוליגאַנען נאָר די זעלבע קהילה װאָס האָט דאָס באַשטעלט מיט אַ זיבעציק יאָר פֿריִער.
װען איך האָב, זײַענדיק אין מעקסיקע, געזען דעם דענקמאָל האָב איך געמײנט ס’איז שײן און שטאַרק רירנדיק. די אַשכּנזישע קהילה אין מעקסיקע איז געװען באמת פֿון די ערשטע װאָס האָבן באַשטעלט און דורכגעפֿירט אַזאַ פּראָיעקט; אַ סך װיכטיקע ייִדישע קהילות האָבן עד־היום נישט קײן פּאַסיקן דענקמאָל צו די קרבנות פֿונעם חורבן. איך קען זיך נאָר פֿאָרשטעלן װי שטאָלץ די קהילה האָט געמוזט זײַן סײַ מיטן געדאַנק סײַ מיטן װערק גופֿא.
אין דעם פֿילם װעלכן איך האָב דאָ פֿריִער דערמאָנט, פּראָדוצירט פֿון דער ייִדיש־ליגע, רעדט דער קינסטלער און שרײַבער יאָני פֿײַן זײער רירנדיק װעגן זײַנע איבערלעבונגען בײַם שאַפֿן דאָס וואַנטגעמעל. נישט קײן קלענערער װי דיִעגאָ ריװעראַ האָט אים געשטיצט אין זײַן אַרבעט דערױף. בײַ פֿײַנען, סײַ װי אַ קינסטלער, סײַ װי אַ לעבן געבליבענער װעמענס גאַנצע משפּחה איז פֿאַרטיליקט געװאָרן, איז די אַרבעט געװען זײער װיכטיק, מע קען אַפֿילו זאָגן אײנער פֿון די הױכפּונקטן פֿון זײַן לעבן. יעדער קינסטלער האָפֿט אַז ער װעט פֿאַראייביקט ווערן אין זײַנע װערק. די איניציאַטאָרן פֿון דער מצבֿה האָבן אָן שום ספֿק אױך געהאָפֿט אַז סײַ די קונסט סײַ דער אָנדענק פֿון די זעקס מיליאָן װעלן פֿאַראײביקט װערן. דאָס װאָרט „מצבֿה‟ איז נאָענט פֿאַרבונדן מיטן װאָרט יצבֿ װאָס איז טײַטש סטאַביליזירן, באַפֿעסטיקן, פֿאַרשטאַרקן. סאַראַ שרעקלעכע איראָניע װאָס די פּרעכטיקע סטרוקטור װאָס האָט געזאָלט פֿאַרשטאַרקן דעם זכּרון פֿון דעם חורבן אין אײַער קהילה האָט מען איצט חרובֿ געמאַכט.
איך פֿאַרשטײ אַז מע האָט עס שױן געטאָן און אַקעגן דעם נבֿיא יחזקאל אין פֿײַנס װאַנטגעמעל קענען מיר די מתים נישט אויפֿװעקן, װיפֿל מע זאָל ניט שרײַען און מאַכן אַ גװאַלד. אױף דעם איז שױן צו שפּעט. אָבער איך מוז פֿרעגן װי אַזױ מע איז געקומען צו אַזאַ באַשלוס, װי אַזױ האָט אַ ייִדישע קהילה געקענט גוטהײסן אַזאַ שריט? עמעצער האָט פֿאָרגעלײגט אַז ס׳איז נישטאָ גענוג אָרט אױפֿן בית־עולם אָבער דאָס קען זיכער נישט זײַן די סיבה. װיפֿל קבֿרים קען מען שאַפֿן מיט אַראָפּװאַרפֿן דעם אוהל? דאָס איז נישט קײן לײזונג.
װי אַ ייִד, אַ דערציִער, דער אױספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע און שעף־רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל „אױפֿן שװעל‟, װיל איך פּשוט אַרױסזאָגן מײַן דיסאַפּראָבאַציע קעגן דעם שריט. די באַשלוסן און די מעשׂים פֿון דער קהילה לגבי דעם ענין זעען מיר אױס צו זײַן אַ חילול סײַ פֿון אַ קינסטלערס אַרבעט סײַ פֿון דעם אָנדענק פֿון די קדושים. איך בין זיכער אַז טײל פֿון אײַך פֿילן דעם זעלבן האַרצװײטיק װאָס איך.
איך װאָלט אײַך געקומען אַ דאַנק פֿאַר וואָסער ניט איז אױפֿקלערונג װאָס איר קענט מיר געבן.
מיט דרך־ארץ,
ד״ר שבֿע צוקער,
אויספֿיר־סעקרעטאַר — ייִדיש־ליגע
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.