דעם ניו־יאָרקער „אַרבעטער־רינג‟ איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אָן זײַן לאַנגיאָריקן ייִדיש־לערער, ניקאָלײַ (קאָליע) באָראָדולין. גלײַך נאָכן אָנקומען קיין אַמעריקע פֿון זײַן היימשטאָט, ביראָבידזשאַן, אינעם יאָר 1992, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש־טעטיקייט.
אַחוץ זײַן אַרבעט ווי דער דירעקטאָר פֿון ייִדיש־פּראָגראַמען בײַם „אַרבעטער־רינג‟, דינט ער ווי דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון ייִדיש־ענינים אויפֿן יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון כּלי־זמרישער מוזיק „קלעזקאַנאַדע‟ און דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער אַרבעטער־רינג־פּראָגראַם „אַ נסיעה קיין ייִדישלאַנד‟. די באַטייליקטע אין דער פּראָגראַם פֿאַרזאַמלען זיך אויפֿן אָרט פֿון „קעמפּ קינדער־רינג‟ אין האָפּוועל־דזשאָנקשאָן, צום צפֿון פֿון ניו־יאָרק; במשך פֿון אַ וואָך לערנען זיך די באַטייליקטע ייִדיש, באַקענען זיך מיט ייִדישע לידער, פֿאָלקטענץ, כּלי־זמרישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס, גרייטן פּיעסעס און רעציטאַציעס אויף ייִדיש, וכּדומה.
זינט 2014 פֿירט באָראָדולין אויך אינטערנעץ־לימודים פֿון ייִדיש, אין וועלכע עס נעמען אָנטייל תּלמידים און תּלמידות פֿון אַרום דער וועלט. בעת אַן אינטערוויו האָט ער איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דעם לעצטן סעמעסטער האָט ער געלערנט, בסך־הכּל, 349 סטודענטן פֿון 22 ווירטועלע קלאַסן און 16 גרופּעס פּנים־אל־פּנים. די אינטערנעץ־תּלמידים וווינען אין 18 לענדער, אַרײַנגערעכנט יאַפּאַן, שווייץ און אויסטראַליע. אַ גרויסע צאָל פֿון זיי שטאַמען אָבער פֿון מיזרח־אייראָפּע און פֿאַרשטייען רוסיש. אין זײַנע לימודים פֿאַרבעט ער כּסדר באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן און פֿאָרשער ווי גאַסטלערער.
פֿאַרשטייט זיך, האָבן זיך בײַ אַזאַ טעטיקן ייִדיש־אַקטיוויסט פֿאַרזאַמלט אויסגעקליבענע מאַטעריאַלן פֿאַר אָנהייבער, וועלכע זענען אַרײַן אין זײַן בוך „ייִדיש אויף אַ גאַנץ יאָר‟. די ערשטע אויסגאַבע, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1999, איז נישט געווען פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט. אַפֿילו דער עצם־נאָמען פֿונעם בוך איז פֿאַרשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות. דער דיזײַן איז געווען זייער אַ פּשוטער און סכעמאַטישער, אָן קיין אילוסטראַציעס. די שריפֿט זעט אויס אומגעלומפּערט און דערצו ווערט אָפֿט צעשווענקט. נישט געקוקט אויף די ערנסטע און געטרײַע באַמיִונגען פֿון די פֿאַרלעגער, האָבן זיי פּשוט געפֿעלט די נייטיקע רעסורסן צו שאַפֿן אַ בוך מיט אַ שיין פּראָפֿעסיאָנעל פּנים.
דער מצבֿ האָט זיך ראַדיקאַל געביטן אין סעפּטעמבער 2018, נאָך באָראָדולינס באַזוך אין זײַן היימשטאָט, ביראָבידזשאַן — זײַן ערשטער זינט זײַן עמיגרירן פֿון דאָרט מיט 24 יאָר פֿריִער. מיט זיך האָט ער מיטגעבראַכט צענדליקער ביכער, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, ווי אויך מיקראָפֿילמען מיט טויזנטער דאָקומענטן מכּל־המינים. עס האָט באַצאָלט פֿאַר דער נסיעה דער „אַרבעטער־רינג‟, מיט דער הילף פֿון אַן אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט אויך מסכּים געווען צו העלפֿן אַרויסגעבן אַ בעסערע ווערסיע פֿון זײַן בוך.
מיט עטלעכע חדשים שפּעטער איז זײַן חלום מקוים געוואָרן — אָבער אויף רוסיש. די נײַע ווערסיע פֿונעם בוך איז אַרויסגעקומען זייער לײַטיש, באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿון דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער מאָלערין צירל וואַלעצקי. די בילדער זענען גענומען געוואָרן פֿון פֿריִערדיקע אויסגאַבעס פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟.
דאָס בוך האָט איבערגעזעצט פֿון ענגליש יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. דער מחבר האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט אָנגעפֿירט מיטן גאַנצן פּראָיעקט פֿונעם בוך פֿון אָנהייב ביזן סוף.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער ענגלישער ווערסיע, זענען די ייִדישע לידער לכּבֿוד די יום־טובֿים גאָר אַ וויכטיקער טייל פֿונעם בוך, צוליב וועלכן עס הייסט טאַקע „ייִדיש אויף אַ גאַנץ יאָר‟ - פֿאַרשריבן בלויז מיט די ייִדישע אותיות, אָן קיין אומגעלומפּערטער טראַנסקריפּציע. דאָס גיט צו אַ ייִדישן טעם צו דעם בוך און סטימולירט דעם לייענער זיך אויסצולערנען בעסער דעם ייִדישן אַלף־בית.
דאָס בוך ווערט אויך באַגלייט מיט אַ קאָמפּאַקטל פֿון אַלע 22 לידער אינעם בוך, געזונגען דורכן קינדערכאָר פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אין 1974. די פּראָדוקציע פֿונעם דיסק האָט געשטיצט וואַלערי גורעוויטש, אַ חשוֹבֿער ביראָבידזשאַנער כּלל־טוער, וועלכער פֿירט אָן מיט דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. דער „אַרבעטער־רינג‟ האָט געגעבן אַ רשות אַרויסצוגעבן דאָס קאָמפּאַקטל.
אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, ווערט דאָס בוך צעשיקט בחינם, אַ דאַנק די אַמעריקאַנער שטיצער פֿונעם פּראָיעקט. די רעדאַקציע און דער מחבר האָט שוין באַקומען הונדערטער בקשות פֿון אַרום דער וועלט. דער מחבר פּלאַנירט איצט דורכצופֿירן אַ סעמינאַר פֿאַר די לערער און עלטערן אין פּעטערבורג, כּדי צו דעמאָנסטרירן מיט דער הילף פֿונעם נײַעם בוך זײַן מעטאָדיק פֿון לערנען ייִדיש מיט קינדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.