אַן עקסקלוסיווער אַרטיקל
מיט דרײַ יאָר צוריק האָב איך אָנגעהויבן זיך טרעפֿן רעגלמעסיק מיט אַ באַקאַנטן מײַנעם, „יהושע‟ (נישט זײַן אמתער נאָמען), אויספֿרעגנדיק אים וועגן זײַנע לעבן־לאַנגע ראַנגלענישן מיט אַ פּסיכישער קראַנקייט. יהושע איז אַן אידעאַלער אינפֿאָרמאַנט, גרייט צו רעדן וועגן יעדער טעמע — זײַן משפּחה, זײַן זיווג־לעבן, זײַנע שטעלעס, רעליגיעזן לעבן, סעקס און אַדיקציע.
יהושע אַרבעט ווי אַ טעראַפּעווט מיט אַנדערע גײַסטיק קראַנקע (peer counselor בלע״ז) בײַ אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַדינט די באַדערפֿענישן פֿון גײַסטיק קראַנקע לײַט אין בראָנקס, נ״י. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע אַכט יאָר האָט ער שוין אַרויסגעהאָלפֿן אָן אַ שיעור מענער און פֿרויען וואָס האָבן געליטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, ווי אויך צווישנמיניקע (transgender) יונגע לײַט, אַלקאָהאָליקער, נאַרקאָמאַנען, היימלאָזע און הונדערטער מענטשן וואָס מוטשען זיך מיט דעפּרעסיע, מאַניש־דעפּרעסיווקייט און אַנדערע גײַסטיקע חלאַתן.
יהושעס אייגענע געשיכטע און זײַן גרייטקייט צו רעדן עפֿנטלעך דערפֿון איז מערקווירדיק צוליב זײַן אייגענער משפּחה־הינטערגרונט: זײַנע טאַטע־מאַמע, וועלכע האָבן זיך געגט ווען ער איז נאָך געווען אַ קליין קינד, זענען געווען פֿרומע ייִדן און ער אַליין האָט באַקומען סמיכה פֿון אַן אָרטאָדאָקסישן רבֿ. ער איז אַן אינטערעסאַנטער בײַשפּיל פֿון אַ מענטש וואָס איז סײַ אַן אָפּגעהיטענער ייִד, סײַ אַ טעראַפּעווט פֿאַר גײַסטיק קראַנקע, סײַ איינער וואָס האָט אַליין יאָרן לאַנג געליטן פֿון אַדיקציעס צו מאַריכואַנע, אַזאַרטשפּילן און פּאָרנאָגראַפֿיע. ער רעדט פֿרײַ וועגן זײַן ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדישקייט און פֿרויען, תּורה און פֿערדפֿאַרמעסטן, רביים און פּסיכאָאַנאַליז. אַ דאַנק זײַן גיין אויף רעד־טעראַפּיע און זײַן לערנען תּורה אין כּולל געפֿינט ער זיך הײַנט אין „דער גליקלעכסטער צײַט פֿון מײַן לעבן‟.
יהושע איז בײַ מיר אַ מוסטער פֿון דעם וואָס עס הייסט צו זײַן אַ וווילער מענטש, און אויך אַ וווילער ייִד. אָט איז אַ פּאָרטרעט פֿון זײַן לעבן, ווי ער האָט עס מיר דערציילט בעת אַן אינטערוויו אין יוני 2019. אַלע פּערזענלעכע, געאָגראַפֿישע און אינסטיטוציאָנעלע פּרטים האָב איך געטוישט, ווי עס ווערט געפֿאָדערט לויט די הײַנטיקע פּריוואַטקייט־געזעצן (HIPAA) און לויט זײַן אייגענעם פֿאַרלאַנג.
מײַן פּסיכישע קראַנקייט האָט זיך אָנגעהויבן אין די קינדער־יאָרן
ווען איך בין געווען 11 יאָר אַלט פֿלעג איך אַראָפּגיין אין קעלער און ממש שלאָגן דעם קאָפּ אין דער בעטאָנענער פּאַדלאָגע, און אַפֿילו געווויעט. די מאַמע האָט מיר געהייסן דאָס אויפֿהערן, זאָגנדיק: „מען קען נאָך מיינען אַז דו ביסט אַ ווילדע חיה!‟
זי האָט מיך געבראַכט צו אַ פּסיכיאַטאָר, ד״ר טשאָ — זייער אַ דאַרע פֿרוי. במשך פֿון אונדזער גאַנצער סעסיע צוזאַמען האָט זי כּסדר געגעסן — קליינטשיקע ביסן ווי אַ פֿייגעלע. זי האָט מיר פֿאַרשריבן דעם מעדיקאַמענט „טאָראַזין‟. ווען איך האָב עס אײַנגענומען האָב איך דערפֿילט אַ שטאַרק דראָזשען אין קאָפּ. כ׳האָב עס נישט געקענט פֿאַרטראָגן און האָב עס קיין מאָל מער נישט אָנגערירט.
איך האָב אויסגעלאָזט מײַן כּעס צו דער מאַמען ווײַל דער טאַטע האָט מער נישט געוווינט בײַ אונדז. ער האָט זיך אַרויסגעצויגן פֿון אונדזער שטוב אין דעטרויט ווען איך בין געווען פֿינעף יאָר אַלט. איך געדענק גוט יענעם אָוונט. ס׳איז געווען מוצאי־שבת, האַרבסט. איך בין געלעגן אויף דער פּאַדלאָגע ווען דער טאַטע האָט, טראָגנדיק אַ טשעמאָדאַן אין דער האַנט, זיך געזעגנט מיט אונדז. כ׳האָב אָנגעכאַפּט זײַן פֿוס און אויסגעשריגן: „טאַטע, גיי נישט אַוועק, איך בעט דיך!‟
ער האָט מיר געענטפֿערט אַז ער מוז גיין. „דו מוזסט מיך מיטנעמען!‟ האָב איך געענטפֿערט.
האָט ער מיר געזאָגט: „ס׳וועט דיר זײַן בעסער בײַ דער מאַמען.‟
זײַן אַוועקגיין איז מיר געווען ווי אַ פּאַטש אין פּנים. ס׳איז געווען קלאָר אַז ער וויל נישט זײַן מיט מיר.
צוויי־דרײַ יאָר זענען פֿאַרבײַ איידער איך האָב אים ווידער געזען. מײַן עלטערע שוועסטער, עלטערער ברודער און איך זענען געפֿאָרן פֿון דעטרויט קיין ניו־יאָרק אים צו באַזוכן. דער טאַטע, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אינעם „לאָוער איסט סײַד‟, האָט איצט געוווינט אַליין אויפֿן „אַפּער איסט סײַד‟. מיט דער צײַט זענען מיר געפֿאָרן צו אים יעדן זומער. במשך פֿון די יאָרן האָט דער טאַטע אונדז געקלונגען איין מאָל אַ וואָך, ווײַל אַזוי האָט די מאַמע געבעטן. איך פֿלעג אים פֿרעגן: „פֿאַר וואָס האָסטו זיך געדאַרפֿט איבערציִען אַזוי ווײַט?‟
כ׳האָב אים קיין מאָל נישט מוחל געווען וואָס ער האָט מיך פֿאַרלאָזט.
„עס בענקט זיך מיר נאָך אַ מאַן‟
מײַן אויסוואַקסן בײַ דער מאַמען אין שטוב האָט דווקא פֿאַרערגערט מײַן פּסיכישע קראַנקייט. אָפֿט האָב איך געפֿילט ווי זי פֿאַרפֿירט מיך. איך קען נישט באַשרײַבן ווי אומבאַקוועם דאָס איז מיר געווען. צוליב איר נישט־פּאַסיקן אויפֿפֿיר בין איך פֿאַרבליבן ביז הײַנטיקן טאָג סעקסועל צעשטערט.
נישט איין מאָל האָט די מאַמע מיר געזאָגט: „עס בענקט זיך מיר נאָך אַ מאַן.‟ פֿלעג איך טראַכטן: „נו, איז וואָס זשע ווילסטו פֿון מיר?‟
אַן אַנדערט מאָל האָט זי מיר געזאָגט אַז געוויסע מענער ווערן אויפֿגערייצט פֿון אַ פֿרויס פֿיס. מיר איז אַזאַ זאַך אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן ביז זי האָט עס מיר אַרײַנגעשטופּט אין קאָפּ אַרײַן. זינט דעמאָלט זענען פֿיס בײַ מיר זייער עראָטיש.
נאָך עפּעס: צוליב דעם וואָס דער מאַמעס וויצן זענען געווען שמוציקע, קען איך נישט פֿאַרלײַדן קיין וויצן.
מײַן ערשטער טעראַפּעווט איז געווען אַ פֿרוידיאַנער פּסיכאָאַנאַליסט. בײַ די פֿרוידיאַנער איז דער עדיפּוס־קאָמפּלעקס אַן עיקר־זאַך און איך פֿאַרשטיי פֿאַר וואָס: נאָך דעם ווי דער טאַטע איז אַוועק האָט זיך מיר געדאַכט ווי די מאַמע איז אין גאַנצן מײַנע. ס׳איז מאָדנע. פֿון איין זײַט האָב איך שטאַרק געליטן פֿון דעם וואָס דער טאַטע איז נישטאָ; פֿון דער צווייטער האָב איך זיך געפֿילט אַ ספּעציעלע נאָענטקייט צו דער מאַמען.
זי האָט געוואָלט אַז איך זאָל איר אויסזאָגן אַלע מײַנע געפֿילן. דאָס גאַנצע לעבן זענען כּמעט אַלע מײַנע טעראַפּעווטן געווען פֿרויען און איך האָב זיי ליב ווײַל זיי פֿרעגן מיך שטענדיק וועגן מײַנע געפֿילן. יעדעס מאָל וואָס איך זע סענדי, די הויפּט־אַדמיניסטראַטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע וווּ איך אַרבעט, גיב איך איר אַ קוש.
איינע פֿון מײַנע ערשטע טעראַפּעווטקעס איז געווען אַ חתונה־געהאַטע פֿרוי, סוזעט. זי און איר מאַן האָבן געוווינט אין ליבערטי, נ״י אין אַ ייִדישער באָנגאַלאָ־קאָלאָניע. זיי האָבן געהאָלפֿן די פּאַציענטן אויסדריקן זייערע אינערלעכע געפֿילן, און געטאָן האָבן זיי עס ווי אַ „טראַנספֿער־מאַנשאַפֿט‟, און דערפֿאַר האָב איך „אַריבערגעפֿירט‟ מײַנע געפֿילן וועגן דער מאַמען צו סוזעט און מײַנע געפֿילן וועגן טאַטן צו סוזעטס מאַן.
סוזעטס ביוראָ איז געווען איר שלאָפֿצימער. דאָס ערשטע מאָל וואָס איך בין געווען בײַ איר האָט זי געזאָגט: „זאָלסט וויסן, אַז דאָס וואָס מיר זיצן דאָ אין שלאָפֿצימער מיינט גאָרנישט!‟
איר זאָג האָט מיך גלײַך צערייצט. „דאַרפֿסט זיך נישט זאָרגן,‟ האָב איך געענטפֿערט אָבער שטילערהייט האָב איך געטראַכט: „אַזאַ זאַך איז מיר אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן ביז דו האָסט עס דערמאָנט.‟ טאַקע אַ שאָד, ווײַל צוליב איר זאָג האָט זי אַדורכגעלאָזט אַ געלעגנהייט פֿאַרן טראַנספֿער־נעווראָז (transference neurosis).
לאָמיר זען צי די שטיפֿמאַמע מיינט טאַקע וואָס זי זאָגט!
ווען איך בין אַ ביסל עלטער געוואָרן האָב איך זיך איבערגעקליבן פֿון דעטרויט קיין לאָנג־אײַלאַנד, וווּ איך בין געוואָרן אַ תּלמיד אין אַ ישיבֿה־מיטלשול, וווינענדיק אינעם אינטערנאַט. איך האָב געוואָלט זײַן נעענטער צום טאַטן. ער האָט דעמאָלט שוין געהאַט אַ צווייטע פֿרוי, אַ מאַמע מיט דרײַ קינדער. זײַן חתונה האָבן מיט איר איז בײַ מיר געווען אַ גרויסער קלאַפּ.
איך האָב זיך אָפֿט באַקלאָגט צום טאַטן וועגן זײַן פֿרוי. איין מאָל האָט ער אַזוי געענטפֿערט: „דו ווייסט פֿאַר וואָס איך האָב חתונה געהאַט מיט חנהן? ווײַל זי האָט מיר צוגעזאָגט אַז זי וועט אַלע מײַנע קינדער וואַרעם אויפֿנעמען בײַ זיך אין שטוב.‟
האָב איך צו זיך געקלערט: „אַנו, לאָמיר זען צי זי מיינט עס טאַקע!‟ בין איך געגאַנגען וווינען מיט זיי.
אין שטוב איז געלעגן אַ שיינער פּערסישער טעפּעך. איין מאָל האָט זי באַשטעלט פּיצע פֿאַר אונדז אַלעמען. זעענדיק ווי איך זיץ אויף אַ שטול לעבן דעם טעפּעך האָט דער טאַטע געזאָגט: „אויב דו פֿאַרפֿלעקסט דעם טעפּעך מיט דײַן רעפֿטל פּיצע וועל איך דיך דערהרגענען!‟
האָב איך געקלערט: „כ׳האָף אַז איך וועל טאַקע פֿאַרפֿלעקן דעם טעפּעך ווײַל איך וויל זאָלסט מיך דערהרגענען!‟
דער שטיפֿמאַמעס הויז האָט געהאַט דרײַ שלאָפֿצימערן: איינער פֿאַר אירע צוויי זין, אַ צווייטער פֿאַר דער טאָכטער און אַ דריטער פֿאַר איר מיטן טאַטן. איך בין געשלאָפֿן אין סאַלאָן. דאָס הייסט בײַ איר ׳וואַרעם אויפֿנעמען׳? נאָך עטלעכע שווערע חדשים בין איך צוריקגעפֿאָרן צו דער מאַמען אין דעטרויט. דאָס איז טאַקע געוואָרן מײַן אויפֿפֿיר: זומערצײַט און בײַם אָנהייב פֿון שול־זמן בין איך אײַנגעשטאַנען בײַם טאַטן, און דערנאָך — אַנטלאָפֿן.
עס גלוסטן זיך מיר די נקבֿות אויף דער באַן
איין מאָל בעת מיר האָבן געדאַוונט אין דער ישיבֿה האָט איינער פֿון מײַנע רביים דערזען ווי איך וויין. האָט ער פֿאַר מיר אַראַנזשירט אַ וויזיט מיט אַ טעראַפּעווט אין מאַנהעטן.
דאָס פֿאָרן אויף דער „לאָנג אײַלאַנד ריילראָוד‟ איז געוואָרן אַ נײַער קוואַל פֿון סעקסועלער אויפֿרייצונג. פֿאָרנדיק אַהין און צוריק בין איך געזעסן אויף שפּילקעס, כּסדר געזוכט אַ „נקבֿה‟ וואָס איך קען אויף איר אָנשטעלן די אויגן. נישט קיין פֿרוי, נישט קיין מיידל, נאָר אַ „נקבֿה‟. כ׳בין געווען אַ צענערלינג. ס׳רובֿ בחורים אין יענעם עלטער ווילן אַ מיידל. איך נישט.
דאָס האַרץ פֿלעג בײַ מיר שטאַרק קלאַפּן בעת איך האָב געשפּאַנט פֿון וואַגאָן צו וואַגאָן זוכנדיק עמעצן אויף וועמען איך קען זיך זאַט אָנקוקן. איין מאָל בין איך געפֿאָרן אין דער באַן מיט מײַנע שול־חבֿרים. כ‘האָב זיך געפֿילט זייער אומבאַקוועם און געמוזט אויפֿשטיין. כ‘האָב זיך פֿאַרענטפֿערט אַז כ׳בין אַ נערוועזער טיפּ.
מײַן איבערלעבונג פֿאָרנדיק אויף דער לאָנג־אײַלאַנד־באַן האָט זיך געהאַלטן אין איין איבערחזרן פֿונעם צענטן ביזן צוועלפֿטן קלאַס. כ׳האָב ממש געהונגערט נאָך אַ נקבֿה. זאָלסט נישט מיינען אַז איך בין געווען אָקיי מיט מײַן מאָדנעם אויפֿפֿיר. כ’האָב זיך געשעמט.
אין 1981 האָב איך חתונה געהאַט מיט מירלען נאָך דעם וואָס אַ חבֿרס מאַמע און מירלס מאַמע האָבן צונויפֿגעפֿירט דעם שידוך.
דער ענין געלט מאַכט מיך אומרויִק
מײַן ערשטער נערוון־צוזאַמענבראָך איז פֿאָרגעקומען נישט לאַנג נאָך דעם ווי איך מיט מירלען האָבן זיך אַריבערגעצויגן אין בראָנקס וווּ איך האָב באַקומען אַ שטעלע אין אַ שיל. גלײַך פֿון אָנהייב האָב איך געהאַט צרות. די בעלי–בתּים האָבן נישט גערעדט צו מיר מיט דרך־ארץ. זיי האָבן מיך באַוואָרפֿן מיט טרינקגעלט — דאָ אַ פֿופֿציקער, דאָרט אַ פֿופֿציקער, כ׳בין ממש געשוווּמען אין געלט. דערפֿאַר האָבן זיי געהאַלטן אַז זיי האָבן אַ רעכט מיר צו געבן באַפֿעלן.
מיר איז תּמיד געווען פּריקרע צו האָבן געלט, מסתּמא אַ רעזולטאַט פֿונעם אָנגעשטרענגטן זיווג־לעבן צווישן טאַטע־מאַמע. די מאַמע איז געקומען פֿון גאַנץ פֿאַרמעגלעכע עלטערן — אייגנטימער פֿון אַ מעטאַלבראָך־פֿירמע; דעם טאַטנס עלטערן זענען געווען אָרעם. ביידע מײַנע עלטערן זענען נישט געגאַנגען אין קאָלעדזש. דער טאַטע האָט מערסטנס געאַרבעט פֿאַר זײַן שווער אָבער איך געדענק אויך ווי ער האָט געפֿירט אַן אײַזקרעם־אויטאָ. די מאַמע האָט געאַרבעט אין דער מחשפּחה־פֿירמע, געפֿירט אַ משׂא־אויטאָ.
ס׳איז געווען אַ סך מזומן אין שטוב. מײַן מאַמע פֿלעג אויסציילן די צוואַנציקער. איין מאָל, זעענדיק ווי איך קוק זיך צו, האָט זי געזאָגט: „נאַ!‟ און מיר דערלאַנגט אַ צוואַנציקער.
די מאַמע פֿלעג מיר לאָזן גיין זיך קעגלען. איידער איך בין אַוועק האָט זי מיר געגעבן אַ צוואַנציקער.
„דאָס איז אַ סך!‟ האָב איך פּראָטעסטירט.
„נעם,‟ האָט זי געענטפֿערט. „אפֿשר וועסטו דאָרט ווערן דאָרשטיק.‟
ווען דער טאַטע האָט מיר געגעבן געלט האָט ער געמאָנט דאָס רעשט. די מאַמע האָט עס קיין מאָל נישט געמאָנט. מיט איר האָב איך זיך געפֿילט ממש ווי אַ גבֿיר. איך האָב פֿאַרמאָגט אַ וועלאָסיפּעד און שיינע קליידער.
איך בעט בײַ דער סעקרעטאַרשע אַ קוש
איך האָב געוווּסט נאָך איידער איך בין געקומען אַרבעטן אין בראָנקס אַז איך בין נישט מיט אַלעמען. כ׳האָב שוין געהאַט דורכגעמאַכט אַ שלעכטע איבערלעבונג אַרבעטנדיק אין קווינס ווי אַ משגיח. דער רבֿ דאָרט האָט זיך נישט באַצויגן צו מיר מיט דרך־ארץ, און דאָס האָט מיר וויי געטאָן. ער פֿלעג מיר זאָגן: „כּל־זמן דו טוסט דײַן אַרבעט וועט קיינער דיך נישט שטערן.‟ ער איז בכלל נישט געווען מענטשלעך צו מיר; מיך כּסדר קריטיקירט.
איין מאָל האָט ער גערעדט צו מיר מיט ביטול גלײַך פֿאַרן ליוועראַנט („קייטערער‟). „ווי קען דער ליוועראַנט האָבן דרך־ארץ פֿאַר מיר ווען איר באַליידיקט מיך פֿאַר זײַנע אויגן?‟ האָב איך דעם רבֿ געפֿרעגט.
ענטפֿערט ער: „זאָרג זיך נישט: װאָס איך זאָל נישט זאָגן װעט נישט שפּילן קיין ראָלע, װײַל נאָך װייניקער האַלטן פֿון דיר קען ער שוין נישט.‟
גלײַך נאָך דעם ווי מירל מיט מיר האָבן זיך אַריבערגעצויגן אין בראָנקס איז דאָס זיווג־לעבן צווישן אונדז נישט געווען אַזוי גוט. יעדן טאָג ווען איך בין אַהיימגעקומען איז אין הויז געווען אַ באַלאַגאַן. זי האָט אַליין אויסגעזען ווי אַ באַלאַגאַן. בײַ מיר איז דאָס איבערקערעניש געווען אַ סימן אַז מײַן ווײַב האָט נישט קיין דרך־ארץ פֿאַר מיר.
דאָס ערשטע מאָל וואָס מע האָט מיך געבראַכט אין אַ פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל איז געווען גלײַך נאָך דעם ווי איך האָב געליטן אַ גרויסע בושה בעת דער אַרבעט אין שיל. איך האָב געפֿרעגט די סעקרעטאַרשע צי איך מעג איר געבן אַ קוש. זי האָט געמיינט אַז איך בין אַראָפּ פֿון זינען. זי האָט זיך באַקלאָגט אויף מיר צום שיל רבֿ.
דעם צווייטן טאָג, אין מיטן פֿון דאַווענען שמונה עשׂרה מיטן מנין האָב איך זיך צעוויינט. מײַן געוויין איז געוואָרן אַלץ העכער און שטאַרקער, בין איך אַרויס אין דרויסן און אויסגעלאָזט אַזאַ געיאָמער אַז מע האָט עס געקענט הערן אַזש קײן יעהופּעץ.
פּלוצלינג האָב איך דערזען ווי דער רבֿ שטייט לעבן מיר. „דו דאַרפֿסט גיין אין אַן אָרט וווּ מע קען אויפֿפּאַסן אויף דיר,‟ האָט ער געזאָגט. ער האָט שטענדיק גערעדט שיין צו מיר און האָט מיר געהאָלפֿן אָנקומען אינעם פּסיכיאַטרישן אָפּטייל פֿון אַ שפּיטאָל אויפֿן אָפּער איסט סײַד.
צום סוף האָט די שיל מיך אָפּגעזאָגט. דאָס איז געווען אין יאַנואַר 1991, בערך 18 חדשים נאָך מײַן אָנקומען אַהין. זיי האָבן מיר ווײַטער באַצאָלט די פֿולע שׂכירות ביז יוני — און די געזונט־פֿאַרזיכערונג ביזן סוף פֿון יאָר. ביז הײַנטיקן טאָג באַקום איך פֿינאַנציעלע שטיצע, אַ דאַנק דער ברייטהאַרציקייט פֿון דער שיל. דאָס געלט איז מיר חשובֿ.
יעדער קען זען מײַנע משוגעתן דורך דער גלעזערנער וואַנט
צוויי יאָר נאָך מײַן שפּיטאָליזירונג האָט מען מיך ווידער געבראַכט אין שפּיטאָל; דאָס מאָל — אין אַן איינצל־קאַמער אין אַן עפֿנטלעכן שפּיטאָל אין בראָנקס. די טירן זענען געווען פֿאַרשלאָסן און די פּאַציענטן האָבן נישט געקענט אַרײַנ־ אָדער אַרויסגיין. נאָך ערגער זענען געווען די גלעזערנע ווענט. יעדער גאַסט האָט געקענט קומען אָנקוקן אָט די „ווילדע חיה‟. אָבער אין יענע מאָמענטן ווען איך האָב זיך גענייטיקט אין הילף — ווי למשל איין מאָל ווען איך האָב געבראָכן — איז קיינער נישט געקומען שעהען לאַנג. כ׳האָב געשריגן, געיאָמערט. כ’האָב ערנסט געקלערט זיך אַליין צו צעמזיקן. כ’האָב שוין געהאַט אַ געשיכטע פֿון זיך צעשנײַדן מיט אַ מעסער.
שפּעטער האָט מען מיך געבראַכט אין אַן אַנדער שפּיטאָל — אין מאַנהעטן. בעת אַ סעסיע פֿון גרופּע־טעראַפּיע האָט די פֿאַרמיטלערין געוואָלט אַז מיר אַלע אין קרײַז זאָלן עפּעס זאָגן וועגן זיך. איידער ס׳איז געווען מײַן ריי האָט זי געמאָלדן אַז מע גייט איצט טאָן עפּעס אַנדערשס. איינע אין דער גרופּע, אַ ייִדישע פֿרוי מיטן נאָמען עדינה, האָט גלײַך איבערגעריסן די פֿאַרמיטלערין, און געזאָגט: „איר האָט נישט געפֿרעגט יהושען!‟
איך באַרויִק זיך דורכן רייכערן מאַריכואַנע
מײַן גײַסטיקע קראַנקייט נעמט אויך אַרײַן אילערליי אַדיקציעס. אונטער דער השפּעה פֿון מײַנעם אַ פֿרײַנד האָב איך שוין געהאַט אַדיקציעס צו מאַריכואַנע, אַזאַרטשפּילן און פּאָרנאָגראַפֿיע.
ווען איך בין נאָך געווען אַ ישיבֿה־בחור אין ברוקלין האָט אַ פֿרײַנד פֿון דער מיטלשול, יאַנקל, זיך אַרײַנגעצויגן צו מיר אין דער דירה.
איין מאָל זענען מיר געזעסן אין יאַנקלס אויטאָ. ער האָט אַרויסגענומען אַ צינגעלע (joint בלע״ז) מאַריכואַנע און מיך געבעטן אים ווײַזן ווי מע דאַרף אים רייכערן. אַ פּנים בין איך געווען דער גרויסער מבֿין ווײַל בעת מײַנע יאָרן אין דער מיטלשול האָב איך גערייכערט פּאַפּיראָסן. איך האָב דעמאָלט סײַ־ווי געהאַט אַ קאָמפּולסיע צו טאָן עפּעס „נישט־לײַטישס‟. אַזוי האָב איך אָנגעהויבן רייכערן מאַריכואַנע.
מײַן אַדיקציע צו מאַריכואַנע האָט געדויערט בערך 30 יאָר. געווען אַ צײַט וואָס איך האָב עס גערייכערט יעדן טאָג. טאַקע דעמאָלט האָב איך זיך באַקענט מיט מירלען. ס׳האָט איר שטאַרק געשטערט און זי האָט מיר געזאָגט: „אויב דו ווילסט מיט מיר חתונה האָבן, וועסטו דאַרפֿן אויפֿהערן רייכערן מאַריכואַנע.‟
„בשום־אופֿן וועל איך נישט אויפֿהערן.‟
ווען זי האָט דאָס דערהערט האָט זי שוין מסכּים געווען מיט מײַן רייכערן.
ווען איך האָב געאַרבעט אין אַ דעלי אין בראָנקס איז מיר געווען שווער דורכצופֿירן אַפֿילו די פּשוטסטע זאַכן. דזשעקי, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם דעלי, איז צו מיר צוגעקומען און געזאָגט: „אַריבער דער גאַס איז דאָ זייער אַ גוטע קליניק פֿאַר גײַסטיק קראַנקע. גיי רעד מיט זיי.‟
אַזוי האָב איך געטאָן. כ׳האָב זיי געזאָגט: „כ׳וויל מער נישט זען קיין טעראַפּעווטן. כ׳וויל בלויז מעדיקאַמענטן.‟ אין יענע יאָרן האָב איך נאָך נישט געהאַט אָנגעהויבן אײַננעמען מעדיקאַמענטן; בלויז גערייכערט מאַריכואַנע. ווי מע זאָגט אויף ענגליש: self-medicated.
דער מענטש וואָס האָט מיך אינטערוויוירט כּדי אָנגענומען צו ווערן ווי אַ פּאַציענט האָט אײַנגעזען אַז איך בין פּסיכיש קראַנק און האָט באַטאָנט אַז איך מוז ביידע טאָן: סײַ אײַננעמען מעדיקאַמענטן סײַ גיין אויף אינדיווידועלער און גרופּע־טעראַפּיע.
די טעראַפּעווטן אין דער קליניק זענען מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן. זיי האָבן מיר קיין מאָל נישט געהייסן אויפֿהערן רייכערן מאַריכואַנע. זיי האָבן מיר בלויז געהייסן ווײַטער אײַננעמען די מעדיקאַמענטן און גיין אויף טעראַפּיע.
איך מיט מירלען האָבן דעמאָלט ביידע געאַרבעט בײַ דעליס, האָבן מיר שוין געהאַט צונויפֿגעקליבן אַ קניפּל. פּיני, דער קאַסירער פֿון מײַן דעלי (און אַ גוטער פֿרײַנד מײַנער) האָט געוווּסט אַז איך רייכער נאָך. מיר ביידע האָבן געקויפֿט מאַריכואַנע בײַ זײַנעם אַ פֿרײַנד, עריק. איין מאָל האָב איך געזאָגט פּיני אַז איך האָב טויזנט דאָלאַר אויסצוגעבן אויף מאַריכואַנע. האָט פּיני פֿאַר מיר פֿאַרקויפֿט צוויי מיט אַ האַלב אונץ, וואָס האָט מיר געקלעקט גאַנצע צען חדשים. יעדן טאָג האָב איך גערייכערט פּונקט גענוג זיך צו פֿילן באַרוישט.
איין מאָל בעת דער גרופּע־טעראַפּיע האָב איך געזאָגט אַ מיידל אַז איך פֿיל זיך שטענדיק אויסגעמאַטערט און פֿאַרשלאָפֿן. מיט אַ שטרענגן טאָן האָט זי מיר געזאָגט: „יהושע, דו מוזסט אויפֿהערן רייכערן מאַריכואַנע.‟
אין יענעם מאָמענט האָב איך באַשלאָסן טאַקע אויפֿצוהערן. דאָס לעצטע מאָל איז געווען דער 14טער נאָוועמבער 2008. שוין צען מיט אַ האַלב יאָר טו איך עס נישט. מײַן טעראַפּעווט, דאַן (דער איינציקער מאַנצביל פֿון אַלע טעראַפּעווטן מײַנע), האָט געוווּסט אַז איך האָב נאָך אַלץ נישט פּטור געוואָרן פֿונעם באָנג, דער ליולקע און דעם וויקל־פּאַפּיר. ער האָט מיך איבערגעצײַגט דאָס אַלץ אַרויסצוּוואַרפֿן. כ׳בין צופֿרידן וואָס כ׳האָב דאָס, סוף־כּל־סוף, געטאָן.
מײַן רבי גיט מיר אַ „היתּר‟ צו שפּילן אין אַזאַרט
יאַנקל האָט מיך באַקענט מיט אַזאַרטשפּילן און די אַזוי־גערופֿענע „מאַסאַזש־סאַלאָנען‟. מײַן נטיה צו פּאָרנאָגראַפֿיע שטאַמט מסתּמט פֿון דעם וואָס מײַן מאַמע האָט ליב געהאַט צו קוקן אויף „פּלייגערל‟־זשורנאַלן. זי פֿלעג אויך זאַמלען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון 20־יאָריקע נאַקעטע מענער מיט אַ קישוי־אבֿר (ערעקציע). מסתּמא בײַ איר האָב איך באַקומען דעם אינטערעס צו קוקן אויף בילדער פֿון נאַקעטע פֿרויען.
בעת איך האָב זיך געלערנט אין דער ישיבֿה אין ברוקלין האָב איך געזאָגט מײַן רבין אַז איך האָב ליב צו שפּילן בײַ די פֿערדפֿאַרמעסטן. כ׳פֿלעג גיין צו די וועט־סאַלאָנען (off-track betting). כ׳האָב געפּרוווּט בעטן אַ „היתּר‟ בײַ מײַן רבין. האָט ער מיר געגעבן אַן עצה: „זוך נישט קיין געשעפֿטן מיט יענע געוועטניקעס; זיי זענען פֿון דער מאַפֿיאַ. אויב דו וועסט זיי זײַן שולדיק געלט, קען עס דיר קאָסטן דאָס לעבן.‟
בקיצור, מײַן רבי האָט נישט געזאָגט ניין. כ׳בין אַוועק צום וועט־סאַלאָן מיט אַ ריין געוויסן. מײַן אַדיקציע צו אַזאַרטשפּיל איז געוואָרן נאָך שטאַרקער ווען איך האָב זיך דערוווּסט אַז מע קען עפֿענען אַ קאָנטע בײַ זיי דורך אַ טעלעפֿאָן; דעמאָלט בין איך געוואָרן אַן אמתער אָנהענגער דערפֿון.
ס׳האָט אָפֿט געטראָפֿן אַז איך האָב אַזוי פֿיל אויסגעגעבן אויף די פֿערד אַז איך האָב נישט געהאַט מיט וואָס צו באַצאָלן פֿאַר די מוזזאַכן.
הײַיאָר, האָב איך איין מאָל דערזען אַז סאיז מיר געבליבן כּמעט גאָרנישט אין דער טשעקקאָנטע. ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרמאַכט מײַן וועט־קאָנטע. די איינציקע אַדיקציע וואָס ס׳איז מיר פֿאַרבליבן איז פּאָרנאָגראַפֿיע.
במשך פֿון מײַן לעבן — איך בין הײַנט 60 יאָר — האָב איך שוין אײַנגענומען אַ סך פֿאַרשידענע מעדיקאַמענטן: „בופּראָפּיאָן‟ קעגן דעפּרעסיע; „ניוראָנטין‟ צו באַרויִקן זיך; „ריספּערידאָן‟ קעגן מאַניש־דעפּרעסיע און „טראַזאָדאָן‟ צו שלאָפֿן בײַ נאַכט.
געוויסע מעדיקאַמענטן האָבן מיך נישט באַרויקט פֿאַרקערט, געמאַכט נאָך ערגער און ווילדער: טאָראַזין; „פּראָזאַק‟; „סעלעקסאַ‟ און „קלאָזאַריל‟. דער דיאַגנאָז וואָס די פּסיכיאַטאָרן האָבן מיר סוף־כּל־סוף געשטעלט: איך לײַד פֿון אַ שטאַרקער אַנגסט־שטערונג און מאַניש־דעפּרעסיע.
מײַן פּלאַן אויף ווײַטער
צו פֿאַרזיכערן מײַן צופֿרידנקייט מיטן לעבן, מוז איך זיך קאָנצענטרירן אויף זאַכן וואָס זענען מיר נאָענט צום האַרצן. ברוך השם, אַלץ מיט וואָס איך פֿאַרנעם זיך איצט — מײַן אַרבעט מיט עמאָציאָנעלע קראַנקע לײַט, מײַן לערנען זיך אין כּולל, מײַן נאָענטקייט מיט משפּחה און אַלע אַנדערע זאַכן מיט וואָס איך פֿאַרנעם זיך — איז הײַנט בײַ מיר אַ מחיה! אַ שאָד וואָס איך לײַד נאָך פֿון עמאָציאָנעלע קראַנקייטן. איך זע אַ טעראַפּעווט. איך נעם מײַנע מעדיקאַמענטן. בכלל זוך איך נאָר איין זאַך: צו פֿילן אַ ליבשאַפֿט צו מענטשן, צו מײַן אייגן לעבן און צו גאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.