דעם הײַנטיקן שבת, דעם 26סטן טאָג אינעם חודש סיוון, פּראַווען אַ סך ייִדן אין ארץ־ישׂראל דעם יאָרצײַט פֿון רבי יונתן בן עוזיאל; זײַן קבֿר געפֿינט זיך לעבן דעם דאָרף עמוקה נישט ווײַט פֿון צפֿת.
יונתן בן עוזיאל איז געווען איינער פֿון די ערשטע תּנאָים, דער הויפּט־תּלמיד פֿון הלל הזקן. ער האָט געלעבט, ווען דער בית־המיקדש איז נאָך געשטאַנען.
די חז״ל גיבן איבער, אַז זײַן תּרגום פֿון די ספֿרי־נבֿיאים איז אָנגעשריבן לויט דער מסורה, וואָס דער מחבר, זײַענדיק אַליין אַ בעל־רוח־הקודש, האָט באַקומען פֿון די לעצטע דרײַ נבֿיאים — חגי, זכריה און מלאכי. צוליב דעם, אין אַ געוויסן זין, האָט זײַן תּרגום אַפֿילו אַ העכערן סטאַטוס, ווי די משנה און גמרא.
מע דערציילט, אַז ווען יונתן בן עוזיאל האָט געלערנט תּורה, זענען אַלע פֿייגעלעך, וואָס זענען פֿאַרבײַגעפֿלויגן איבער זײַן קאָפּ, פֿאַרברענט געוואָרן — אַזוי פֿײַערדיק איז געווען זײַן תּורה־לערנען! מלאָכים, אַנשטאָט פֿייגעלעך, האָבן געשוועבט איבער אים.
יונתן בן עוזיאל איז זיכער געווען אַ גרויסער צדיק, נאָר אין דער אמתן ווייסן מיר נישט ווען ס׳איז זײַן אמתער יאָרצײַט. צוליב אומקלאָרע סיבות האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער מינהג עס אָפּצומערקן דעם הײַנטיקן שבת. אַ גרויסער עולם באַזוכט זײַן קבֿר אויך יעדן ראָש־חודש. וווּ ער איז באַערדיקט ווייסן מיר אויך נישט גענוי, אָבער די טראַדיציע אין אין דעם פֿאַל אַ שטאַרקע. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך ספֿקדיקע פֿאַלן, זענען נישטאָ קיין „אַלטערנאַטיווע קבֿרים‟.
אויסטערליש אינטערעסאַנט איז די מעשׂה פֿון זײַן לעגענדאַרן ברודער, יוסף בן עוזיאל, צו וועלכן ס׳איז מיוחס דער מיסטישער ספֿר „ברייתא דיוסף בן עוזיאל‟, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּאַראַפֿראַזירטן פּירוש צום „ספֿר יצירה‟, איינער פֿון די עלטסטע און חשובֿסטע קבלה־ספֿרים. די דאָזיקע מיסטעריעזע פֿיגור האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע בײַ די חסידי־אַשכּנז — די מיטל־עלטערלעכע דײַטשיש־ייִדישע מיסטיקער, וועלכע קאָנען באַטראַכט ווערן ווי די אָבֿות פֿון דער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער ייִדישקייט, מיט איר נטיה צו פֿאָלק־מעשׂיות און רעטענישן.
דער נאָמען יוסף בן עוזיאל באַווײַזט זיך צום ערשטן מאָל אינעם זייער אַלטן און קאָנטראָווערסאַלן ספֿר „אַלפֿא־ביתא דבן סירא‟, באַקאַנט שוין אינעם 8טן יאָרהונדערט. צוליב אויסטערלישע און עראָטישע עלעמענטן, רופֿט ער אַרויס היפּוכדיקע רעאַקציעס אין דער ייִדישער וועלט. לויטן דאָזיקן ספֿר, האָט אַ גרופּע רשעים — ווײַזט אויס, האָמאָסעקסואַלן — געצוווּנגען דעם נבֿיא ירמיהו אויסצולאָזן זײַן זרע אין אַ מרחץ, וווּהין ס׳איז שפּעטער געגאַנגען זיך טובֿלען זײַן אייגענע טאָכטער. איר טאַטנס זרע איז אַרײַן אין איר, איז זי פֿאַרגאַנגען אין טראָגן און געהאַט אַ וווּנדער־זון, וועלכער האָט פֿון געבורט אָן געקאָנט רעדן גרויסע חכמות. לויט דער לעגענדע, איז דאָס געווען בן סירא, דער מחבר פֿונעם באַקאַנטן תּנ״כישן אַפּאָקריף. זײַן אייניקל איז געווען יוסף בן עוזיאל.
אינעם דאָזיקן ספֿר ווערט אויך דערציילט, אַז לילית איז געווען אָדם־הראשונס ערשטע פֿרוי. אין בעט האָט זי געוואָלט זיצן אויבן אויף איר מאַן; אָדם האָט זיך אָפּגעזאָגט איר צו פֿאָלגן. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך צעקריגט, און זינט דעמאָלט איז לילית געוואָרן אַ דם־שׂונא פֿון אַלע חווהס קינדער.
הגם דער תּוכן פֿונעם ספֿר קלינגט ווי אַ געלעכטער, שפּילט ער גאָר אַ פּראַקטישע ראָלע אינעם הײַנטצײַטיקן פּסק־הלכה — אינעם ענין פֿון קינסטלעכער באַפֿרוכפּערונג לויט די רבנים וואָס זענען מתּיר אַ פֿרוי, וועלכע האָט נישט קיין קינדער, אויסצונוצן די זרע פֿון אַ צופֿעליקן מאַן. ווי באַלד די דאָקטוירים מאַכן זי טראָגעדיק אויף אַ קינסטלעכן אופֿן, מאַכט נישט אויס, פֿון וועמען די ספּערמע קומט — אַפֿילו פֿון איר אייגענעם טאַטן! ווי איינעם פֿון די הויפּט־אַרגעמענטן ברענגען די פּוסקים „אַלפֿא־ביתא דבן סירא‟.
ווי אַזוי יוסף בן עוזיאל, אַ פּערסאָנאַזש פֿון אַ ספֿר מיט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער רעפּוטאַציע, איז געוואָרן אַ שליסל־פֿיגור אינעם פֿריִיִקן אַשכּנזישן מיסטיציזם, בלײַבט אַ רעטעניש, וואָס האָט געפּלעפֿט פּראָפֿ׳ יוסף דן און אַנדערע פֿאָרשער.
ווי עס זאָל נישט זײַן, זעט אויס קלאָר, אַז דער אַנאָנימער מחבר האָט געשילדערט יוסף בן עוזיאל ווי אַ ברודער פֿונעם באַרימטן תּנא יונתן בן עוזיאל. קיין אַנדער עוזיאל אין יענער תּקופֿה איז אין דבֿרי־חז״ל ניט פֿאַראַנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.