רעאַלע און אױסגעטראַכטע שפּורן פֿון ייִדישן עּבֿר אין פֿעראַראַ

Real and Imaginary Traces of Jewish History in Ferrara

אַ גאַס אין דער פֿעראַרער געטאָ
אַ גאַס אין דער פֿעראַרער געטאָ

פֿון מיכאל קרוטיקאָװ

Published June 28, 2019.

אין דער צפֿון–איטאַליענישער שטאָט פֿעראַראַ האָבן די ייִדן איבערגעלאָזט מערקװירדיקע שפּורן. (אױף לשון–קודש הײסט זי טאַקע פרארה.)

די ייִדישע געשיכטע דאָ הײבט זיך אָן אין מיטל־עלטער, װען ייִדן האָבן געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין דער אָרטיקער װירטשאַפֿט. די פֿירשטלעכע משפּחה עסטע, װאָס האָט רעגירט אין דעם פֿירשטום פֿון פֿעראַראַ ביז 1597, האָט גוט פֿאַרשטאַנען די ניצלעכקײט פֿון ייִדן. קודם–כּל האָבן ייִדן באַזאָרגט די פֿירשטן מיט געלט פֿאַר זײערע גרױסאַרטיקע פּראָיעקטן פֿון שטאָט–בױונג. פֿעראַראַ איז געװאָרן די הײם פֿאַר באַרימטע ייִדישע דאָקטױרים און חכמים. דאָ האָט מען געשאַפֿן אײנע פֿון די ערשטע ייִדישע דרוקערײַען.

די בלי–תּקופֿה פֿון דער קלײנער מלוכה פֿון פֿעראַראַ איז געווען אינעם 16טן יאָרהונדערט. ייִדן האָבן באַטראָפֿן אַרום צען פּראָצענט פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. להיפּוך צו אַנדערע אײראָפּעיִשע לענדער, װאָס האָבן אַרױסגעטריבן ייִדן, האָט פֿעראַראַ אַרײַנגעלאָזט ייִדישע פּליטים פֿון דײַטשלאַנד און שפּאַניע, און דערלאָזט זײ בױען זײערע אײגענע שילן. דער ראָש פֿון דער ספֿרדישער קהילה איז געװען דער אײניקל פֿונעם באַרימטן שפּאַנישן רבֿ דאָן יצחק אברבנאל, װאָס האָט געטראָגן זײַן זײדנס נאָמען. מען האָט אַפֿילו דערלױבט פּאָרטוגעזישע אַנוסים, װאָס זײַנען בגװאַלד געשמדט געװאָרן, זיך אומצוקערן צו דער ייִדישער אמונה.

די גוטע צײַטן האָבן זיך געענדיקט מיטן טױט פֿונעם לעצטן דוכּס פֿון דער משפּחה עסטע. אָן אַ יורש איז פֿעראַראַ אַריבערגעגאַנגען אינעם רשות פֿונעם פּױפּסט, און אינעם 17טן יאָרהונדערט האָט מען געצװוּנגען ייִדן צו באַזעצן זיך אין אַ געטאָ, לױטן שטײגער פֿון רױם און װענעציע. פֿון דעסט װעגן, איז בײַ די ייִדן אין פֿעראַראַ נאָך געװען גוט אין פֿאַרגלײַך מיט די שכנישע קהילות. פֿון באָלאָניע האָט דער פּױפּסט געהײסן אַלע ייִדן אַרױסטרײַבן.

נאָכן אופֿקום פֿון דער איטאַליענישער מלוכה אינעם מיט–19טן יאָרהונדערט האָבן ייִדן באַקומען גלײַכע רעכט מיט די קריסטן און אין פֿעראַראַ האָבן ייִדן געהערט צו די פּני פֿון דער שטאָט. די ייִדן זענען דורכשניטלעך געװען מער געבילדעט און פֿאַרמעגלעכער, אײדער אַנדערע איטאַליענער. די ייִדישע יוגנט האָט זיך אױסגעלערנט אױף דאָקטאָר, אַדװאָקאַט, געשעפֿטסמאַן און איז געװען אַקטיװ אינעם פּאָליטישן לעבן.

אין די 1930ער יאָרן איז אַפֿילו דער בירגערמײַסטער פֿון פֿעראַראַ געװען אַ ייִד. די נײַע גזירה איז געקומען מיט די „ראַסן–געזעצן‟, װאָס מוסאָליני האָט אײַנגעפֿירט לױטן נאַציסטישן מוסטער אין 1938. דעמאָלט האָט מען אַרױסגעטריבן ייִדן פֿון אַלע עפֿנטלעכע אינסטיטוציעס, מלוכישע אַנשטאַלטן, שולן און אוניװערסיטעטן. אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין 1943 האָט מען כּמעט אַלע ייִדן אין פֿעראַראַ דעפּאָרטירט קײן אױשװיץ. נאָך דער באַפֿרײַונג האָבן זיך ייִדן װידער באַזעצט אין דער שטאָט און הײַנט איז דאָ אַ קלײנע ייִדישע קהילה פֿון אַרום הונדערט נפֿשות.

פֿעראַראַ פֿאַרמאָגט אַ צאָל ייִדישע מאָנומענטן. דער בנין פֿון דער קהילה האָט אַ מאָל געהאַט דרײַ שילן, אַן אַשכּנזישע, אַן איטאַליענישע און אַ לעװאַנטינישע. (הײַנט איז דער בנין פֿאַרמאַכט צוליב אַ רעמאָנט נאָך אַן ערד־ציטעניש אין 2012). אַמאָל איז אויף יענעם אָרט געווען אַ ייִדישע מיטלשול, אַ מושבֿ–זקנים, אַן אַלטער ייִדישער בית־עלמין און אַ ייִדישער מוזײ. אײניקע גאַסן און פּלעצער טראָגן נעמען פֿון באַקאַנטע ייִדישע פֿיגורן.

די סאַמע באַרימטע ייִדישע מערקװירדיקײט, צוליב װעלכער די שטאָט פֿעראַראַ האָט זיך קונה–שם געװען איז דער פֿיקטיווער גאָרטן פֿון פֿינצי־קאָנטיני, װאָס איז פֿאַראײביקט געװאָרן אינעם ראָמאַן מיט דעם אײגענעם נאָמען פֿונעם איטאַליענישן ייִדישן מחבר דזשאָרדזשאָ באַסאַני (1916-2000). נאָך מער באַרימט איז דער פֿילם לױט דעם דאָזיקן בוך פֿונעם רעזשיסאָר װיטאָריאָ דע סיקאַ.

באַסאַני איז אױפֿגעװאַקסן אין אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה אין פֿעראַראַ און שטודירט קונסט–געשיכטע אינעם אוניװערסיטעט פֿון באָלאָניע. פֿאַר אים, װי אױך פֿאַר אַנדערע איטאַליענישע ייִדן, זײַנען די אַנטי–ייִדישע גזירות געװען אַ שװערער קלאַפּ. ער איז געװען טעטיק אין דעם אַנטי–פֿאַשיסטישן װידערשטאַנד און האָט געהאַט אַ גוטן מזל צו אַנטלאָפֿן פֿון פֿעראַראַ ערבֿ דער דײַטשישער אָקופּאַציע. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין רױם, אָבער די פֿעראַראַ פֿון זײַן יוגנט מיט אירע קריסטלעכע און ייִדישע תּושבֿים איז אויפֿן גאַנצן לעבן פֿאַרבליבן דער אָרט פֿון זײַנע ליטעראַרישע װערק.

אַ פּנים, איז דער שטױס אָנצושרײַבן דעם דאָזיקן משפּחה־ראָמאַן געקומען צו באַסאַני װען ער האָט באַזוכט דעם ייִדישן בית–עולם אין פֿעראַראַ. ער איז געשטאַנען פֿאַר די פּרעכטיקע מצבֿות פֿון דער משפּחה פֿינצי, און דאָס איז געװאָרן דער משפּחה־נאָמען פֿון זײַנע העלדן. אינעם ראָמאַן װױנען זײ אין אַ פּרעכטיקן אַלטן הױז מיט אַ גרױסן שײנעם גאָרטן, װאָס װערט אַ מקום־מקלט פֿאַר די יונגע ייִדן, װעלכע װערן אַרױסגעװאָרפֿן פֿונעם עפֿנטלעכן לעבן. בהדרגה װערט זײער װעלט אַלץ שמאָלער, און צום סוף װערן זײ דעפּאָרטירט קײן אױשװיץ. דער גאָרטן פֿון פֿינצי–קאָנטיני איז אויך לעצטנס פֿאַרקערפּערט געװאָרן אין אַ קינסטלערישער קאָמפּאָזיציע פֿונעם ישׂראלדיקן סקופּלטאָר דני קרװן אינעם הױף פֿונעם אָרטיקן ייִדישן מוזײ. און באַסאַניס קבֿר איז אײנער פֿון די סאַמע לעצטע קבֿרים אױף דעם אַלטן ייִדישן בית–עולם.