במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָט זיך שטאַרק צעוואַקסן די צאָל ייִדיש־אַקטיוויטעטן אין שיקאַגע.
דער אָרטיקער צווײַג פֿונעם ייִוואָ, בשותּפֿות מיטן אַרבעטער־רינג און אַ גרופּע יונגע ייִדישיסטן, אַרבעטן אײַנצואָרדענען רעגלמעסיקע קולטורעלע פּראָגראַמען, לעקציעס און שפּראַכקלאַסן. כאָטש די שפּראַכקלאַסן וועלן זיך ווידער אָנהייבן ערשט נאָך די ימים־נוראים, וועט מען במשך פֿונעם זומער דורכפֿירן אין און אַרום שיקאַגע אַ ריי לעקציעס, פֿילמווײַזונגען און קאָנצערטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. אָט איז אַן אויסקלײַב דערפֿון:
דינסטיק, דעם 16טן יולי, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג וועט מען ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „דער לעצטער קלעזמער‟, וואָס שילדערט דאָס לעבן פֿונעם קלעזמער־מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי ז׳׳ל. דער פּראָדוצענט פֿונעם פֿילם בערנאַרד בערקין וועט אויך רעדן וועגן דעם פֿילם. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אין דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק פֿון סקאָקי, אילינוי.
מיטוואָך, דעם 17טן יולי, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג וועט מען אין מאָרטאָן־גראָוו, אילינוי ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „טעאָדאָר ביקעל, אין די דרכים פֿון שלום־עליכם‟. דער פֿילם שילדערט ווי ביקעלס לעבן איז משפּיע געוואָרן פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער און ווי ער האָט געשטרעבט צו פֿאַראייביקן זײַן אָנדענק. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען בײַ דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק פֿון מאָרטאָן־גראָוו.
שבת, דעם דריטן אויגוסט, 7 אַ זייגער אין אָוונט, וועלן די מעלבורנער ייִדיש־לערערינס דבֿורה און רייזל זילבערמאַן האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם, ווי אַזוי די פּעדאַגאָגישע פֿילאָסאָפֿיע פֿון דער „צישאָ‟־באַוועגונג ווירקט הײַנט אויף דער „שלום־עליכם־שול‟ אין מעלבורן. מע האָט נאָך ניט באַשטימט, וווּ די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען.
נאָך מער פּרטים קוועטשט דאָ
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.