לעבן־געבליבענע פֿון אױשװיץ שטאַרבט צו 101 יאָר

Auschwitz Survivor Dies At 101

הענריעט כּהן
le_crif
הענריעט כּהן

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published June 30, 2019.

הענריעט כּהן, אַ לעבן געבליבענע פֿון אױשװיץ, איז געשטאָרבן אין פֿראַנקרײַך צו 101 יאָר.

פֿערציק יאָר לאַנג האָט פֿרוי כּהן געשוויגן וועגן די גרוילן וואָס זי האָט מיטגעמאַכט אינעם אומברענג־לאַגער ביז זי האָט מסכּים געווען צו פֿאָרן אין די עפֿנטלעכע שולן און דערציילן די תּלמידים וועגן איר איבערלעבונג, „כּדי קיינער זאָל נישט קענען לייקענען דעם חורבן.‟

פֿרוי כּהן איז געבױרן געװאָרן אין מאַרסײ, פֿראַנקרײַך אין 1917. אין מײַ 1944, ווען זי איז געווען 27 יאָר אַלט, האָט די געסטאַפּאָ זי אַרעסטירט מיט איר שװיגער און זיי דעפּאָרטירט קיין אוישוויץ. זי האָט מען געשיקט אין שקלאַפֿן־לאַגער; די שוויגער — גלײַך אין גאַזקאַמער.

אין 1945 האָט כּהן זיך אומגעקערט קיין פֿראַנקרײַך, וועגנדיק בלויז 35 ק״ג (77 פֿונט). על־פּי־נס האָט איר מאַן מיט זייערע צוויי טעכטערלעך אויך איבערגעלעבט דעם חורבן, דורכן באַהאַלטן זיך אויף אַ פֿאַרם. אַחוץ די צװײ מײדעלעך האָבן כּהן מיט איר מאַן דערצויגן נאָך פֿיר קינדער.

„הענריעט כּהן איז געווען אַ מוטיקע, ברייטהאַרציקע און איבערגעגעבענע פֿרוי,‟ האָט דער פֿראַנצייזישער פּרעזידענט עמאַנועל מאַקראָן דערקלערט פֿרײַטיק אין אַן אָפֿיציעלן קאָמוניקאַט. „זי איז מער נישטאָ אָבער איר קאַמף קעגן די כּוחות פֿון שׂינאה זענען ווײַטער פֿאַרבליבן. אין איר אָנדענק און אין אָנדענק פֿון אַלע וואָס האָבן מיטגעמאַכט דעם נאַצישן באַרבאַריזם וועלן מיר אָן אויפֿהער ממשיך זײַן איר קאַמף.‟