נײַ שוועדיש־ייִדיש ביכל לערנט קינדער וועגן מיטאָלאָגישע באַשעפֿענישן

New Swedish Yiddish Book Teaches Children About Mythological Creatures

Jordan Kutzik

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 02, 2019.

בײַ יעדן פֿאָלק דערציילט מען מעשׂיות וועגן באַשעפֿענישן, וואָס עקסיסטירן בלויז אינעם פֿאָלקס־דמיון. דער ייִדישער פֿאָלקלאָר איז רײַך מיט פֿאַרשידענע מינים שדים, טײַוולאָנים און דיבוקים, וואָס מע געפֿינט ניט בלויז אין פֿאָלקס־מעשׂיות, נאָר אויך אין חומש און גמרא.

אַ טייל פֿון די באַקאַנטסטע מיטאָלאָגישע באַשעפֿענישן אין דער הײַנטיקער פּאָפּולערער קולטור „שטאַמען‟ פֿון ערטער, וווּ ייִדן האָבן לאַנגע יאָר געוווינט. וואַמפּירן זענען פֿאַרבונדן מיט זימבערג (טראַנסילוואַניע); וואָלקעלאַקן האָבן זייערע וואָרצלען אינעם דײַטשישן פּאַגאַנישן פֿאָלקלאָר און דער דזשין, יענער שד וואָס וווינט אין אַ לעמפּל און קען מקיים זײַן אײַערע דרײַ פֿאַרלאַנגען, שטאַמט אַוודאי פֿון די אַראַבישע לענדער.

אָט די באַשעפֿענישן, ווי אויך דער גולם, פֿיגורירן אינעם נײַעם ייִדיש־שפּראַכיקן קינדערביכל פֿון ניקאָלײַ אָלניאַנסקי „פֿאַנטאַסטיש‟, וואָס לערנט קינדער וועגן די מיטאָלאָגישע באַשעפֿענישן. דאָס ביכל, רעדאַקטירט פֿון אַרעלע ווישוואַנאַט, איז איינס פֿון אַ סעריע נײַע ביכלעך אויף ייִדיש וואָס דער ייִדיש־טוער ניקאָלײַ אָלניאַנסקי האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן דורך זײַן פֿאַרלאַג אין שוועדן.

טעמאַטיש פֿאַרבונדן מיט „פֿאַנטאַסטיש‟ איז דער ראָמאַן „דער האָביט‟ פֿון דזשיי ר. ר. טאָלקין, אַ פֿאָלקלאָריסט וואָס האָט גענוצט די מיטאָלאָגישע באַשעפֿענישן ווי דער רויוואַרג, פֿון וועלכן ער האָט געשאַפֿן זײַנע פּאָפּולערע ראָמאַנען. אין בעריש גאָלדשטיינס ייִדישער איבערזעצונג פֿון „דער האָביט‟, וואָס „אָלניאַנסקי־טעקסט‟ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אין אַ נײַער אויפֿלאַגע רעדאַקטירט פֿון לאה ראָבינסאָן, לייענט מען וועגן דראַקאָנען, שרעטלעך און אַנדערע מיסטישע באַשעפֿענישן, וואָס דער „האָביט‟ בילבאָ באַגינס באַגעגנט אויף זײַנע אַוואַנטורעס.

די טעמע מיטאָלאָגישע באַשעפֿענישן איז בײַ אָלניאַנסקי ווײַט ניט אויסגעשעפּט געוואָרן. לויט געוויסע קוואַלן וועט איבעראַיאָר אַרויסקומען זייער אַ פּאָפּולערער ראָמאַן פֿון דער קינדער־ליטעראַטור אין דער איבערזעצונג פֿון אַרעלע ווישוואַנאַט, וואָס נעמט אויך אַרײַן פּיפּערנאָטערס, שרעטלעך, מכשפֿות און אַ סך אַנדערע מיסטישע באַשעפֿענישן.